יוֹאֵל3
1און עס װעט זײַן נאָך דעם, װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אױף יעטװעדער לײַב, און אײַערע זין און אײַערע טעכטער װעלן נבֿיאות זאָגן, אײַערע זקנים װעלן חלומות חלומען, אײַערע בחורים װעלן זעונגען זען.2און אױך אױף די קנעכט און אױף די דינסטן װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אין יענע טעג.3און איך װעל װײַזן װוּנדער אין הימל און אױף דער ערד, בלוט און פֿײַער און זײַלן רױך.4די זון װעט פֿאַרקערט װערן אין פֿינצטערניש, און די לבֿנה אין בלוט, אײדער עס קומט דער טאָג פֿון ה׳, דער גרױסער און דער מוֹראדיקער.5און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון הָאָדוֹן, װעט געראַטעװעט װערן; װאָרעם אױף באַרג צִיוֹן און אין ירושָלַיִם װעט זײַן אַן אַנטרינונג, אַזױ װי ה׳ האָט געזאָגט; און די געבליבענע װעלן זײַן די װאָס ה׳ טוט רופֿן.
Artists for Israel International