אִיובֿ42
1האָט אִיובֿ געענטפֿערט ה׳ און האָט געזאָגט:2איך װײס אַז אַלץ קענסטו טאָן, און קײן טראַכטונג איז נישט פֿאַרמיטן פֿון דיר.3װער קען דאָס פֿאַרהױלן די כּװנה אָן פֿאַרשטאַנדיקײט? דערום זאָג איך אַז איך פֿאַרשטײ נישט; װוּנדער זײַנען דאָס פֿאַר מיר, און איך װײס נישט.4הער, איך בעט דיך, און איך װעל רעדן; איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן.5מיט געהער פֿון אױער האָב איך פֿון דיר געהערט, און אַצונד האָט מײַן אױג דיך געזען.6דערום פֿאַראַכט איך מײַנע רײד און האָב חרטה, אין שטױב און אַש.7און עס איז געװען נאָך דעם װי ה׳ האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אִיובֿן, האָט ה׳ געזאָגט צו אֶליפַֿז דעם תֵּימָני: מײַן צאָרן גרימט אױף דיר און אױף דײַנע צװײ גוטע פֿרײַנט, פֿאַר װאָס איר האָט נישט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט אִיובֿ.8און אַצונד נעמט אײַך זיבן אָקסן און זיבן װידערס, און גײט צו מײַן קנעכט אִיובֿן, און איר זאָלט אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אײַך, און אִיובֿ מײַן קנעכט װעט מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך, װאָרעם בלױז זײַן פּנים װעל איך אױפֿנעמען, אײַך נישט אָנצוטאָן קײן שאַנד, װײַל איר האָט נישט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט אִיובֿ.9איז אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און בִלדַד דער שוחי, און צופֿר דער נַעַמָתי, געגאַנגען, און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט צו זײ גערעדט; און ה׳ האָט געשױנט אִיובֿס פּנים.10און ה׳ האָט אומקערט אִיובֿס געפֿאַנגענשאַפֿט, אַז ער האָט מתפּלל געװען פֿאַר זײַנע גוטע פֿרײַנט; און ה׳ האָט געמערט אַלץ װאָס אִיובֿ האָט געהאַט טאָפּל.11און אַלע זײַנע ברידער, און אַלע זײַנע שװעסטער, און אַלע זײַנע באַקענטע פֿון פֿריִער, זײַנען געקומען צו אים, און האָבן געגעסן מיט אים ברױט אין זײַן הױז, און זײ האָבן אים באַדױערט, און אים געטרײסט אױף אַל דעם בײז װאָס ה׳ האָט אױף אים געבראַכט; און זײ האָבן אים געגעבן איטלעכער אַ קשׂיטה, און איטלעכער אַ גילדערנעם נאָזרינג.12און ה׳ האָט געבענטשט אִיובֿס לעצט מער װי זײַן אָנהײב, און ער האָט געהאַט פֿערצן טױזנט שאָף, און זעקס טױזנט קעמלען, און טױזנט געשפּאַן רינדער, און טױזנט אײזעלינס.13און ער האָט געהאַט זיבן זין און דרײַ טעכטער.14און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון אײנער ימִימה, און דעם נאָמען פֿון דער צװײטער קציעָה, און דעם נאָמען פֿון דער דריטער קֶרֶן-הַפּוך.15און אין גאַנצן לאַנד האָבן זיך נישט געפֿונען אַזעלכע שײנע פֿרױען װי אִיובֿס טעכטער. און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן אַ נחלה צװישן זײערע ברידער.16און אִיובֿ האָט געלעבט נאָך דעם הונדערט און פֿערציק יאָר; און ער האָט געזען זײַנע קינדער און זײַנע קינדס-קינדער, פֿיר דורות.17און אִיובֿ איז געשטאָרבן אַלט און זאַט מיט טעג.
Artists for Israel International