אִיובֿ41

1זע, די האָפֿענונג װערט צום נאַרן; שױן פֿון זײַן אָנבליק װערט מען דאָך אַנידערגעשלײַדערט.2נישטאָ דער אַכזר אױף זיך װאָס זאָל אים װעלן אױפֿרײצן; הײַנט װער איז דער װאָס קען זיך שטעלן פֿאַר מיר?3װער עס טרעט אַרױס אַקעגן מיר, דעם באַצאָל איך; װאָס אונטערן גאַנצן הימל איז מײַן.
4זאָל איך אים פֿאַרשװײַגן זײַנע פּלױדערײַען, און דאָס האָפֿערדיקע רעדן, און זײַן שײנעם מַעַנה-לשון?5װער האָט אָפּגעדעקט זײַן אױסנװײניקסט מלבוש? צו זײַן טאָפּעלן געביס װער קען צוקומען?6די טירן פֿון זײַן פּנים װער האָט געעפֿנט? אַרום זײַנע צײן איז אַן אימה.7שטאָלץ זײַנען די פּאַנצערשופּן, צונױפֿגעשלאָסן װי מיט אַ זיגל אַ פֿעסטן;8אײנע צו דער אַנדערער זײַנען זײ נאָנט, אַז אַ לופֿט קען נישט דורכגײן צװישן זײ.9אײנע צו דער צװײטער איז באַהעפֿט, זײ האַלטן זיך פֿעסט און צעשײדן זיך נישט.10זײַן ניסן שטראַלט אַרױס אַ ליכט, און זײַנע אױגן זײַנען װי די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן.11פֿון זײַן מױל גײען פֿלאַמען, פֿונקען פֿײַער רײַסן זיך אַרױס.12פֿון זײַנע נאָזלעכער גײט אַ רױך, װי פֿון אַ קאָכיקן טאָפּ און ברענעדיקן ראָר.13זײַן אָטעם גליט װי קױלן, און אַ פֿלאַקער גײט אַרױס פֿון זײַן מױל.14אױף זײַן האַלדז רוט די שטאַרקײט, און אים פֿאַרױס טאַנצט די אַנגסט.15די קנײטשן פֿון זײַן פֿלײש זײַנען באַהעפֿט; עס איז פֿעסט אױף אים, עס רירט זיך נישט.16זײַן האַרץ איז פֿעסט װי שטײן, יאָ, פֿעסט װי אַן אונטערשטער מילשטײן.17פֿאַר זײַן הײב שרעקן זיך די מאַכטיקע, פֿון צעבראָכנקײט װערן זײ אױסער זיך.18װיל מען אים אָנקריגן, קען קײן שװערד נישט באַשטײן, קײן שפּיז, קײן װאַרפֿשפּיז, און קײן פֿײַל.19ער באַטראַכט אײַזן פֿאַר שטרױ, און קופּער פֿאַר האָלץ פֿאַרפֿױלטן.20אים פֿאַריאָגט נישט דער זון פֿון בױגן; פֿאַרקערט אין שפּרײ װערן פֿאַר אים שלײַדער-שטײנער.21װי שפּרײ זײַנען פֿלעקער גערעכנט, און ער לאַכט פֿון רַעש פֿון דער פּיקע.22זײַן אונטערזײַט איז שפּיציקע שאַרבנס; ער בעט אױס אַ דרעששליטן אױפֿן קױט.23ער צעקאָכט װי אַ טאָפּ די טיפֿעניש, ער מאַכט דעם ים װי זוד.24הינטער זיך לאָזט ער אַ ליכטיקן שטעג; מע מײנט דער תּהום איז גרײַזגראָ.25נישטאָ אױף דער ערד זײַן גלײַכן, געמאַכט צו זײַן אָן אַ מורא.26אױף יעטװעדער העכסטן קוקט ער אַראָפּ, ער איז דער מלך איבער אַלע שטאָלצע חיות.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276