יִרְמְיָה32
1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אין צענטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, דאָס איז דאָס אַכצענטע יאָר פֿון נבֿוכַדרֶאצַר.2און דער חיל פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל האָט דענצמאָל געלעגערט אױף ירושָלַיִם, און יִרמיָהו הנבֿיא איז געװען אײַנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, װאָס אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה.3װאָרעם צִדקִיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט אים אײַנגעשפּאַרט, אַזױ צו זאָגן: למאַי זאָגסטו נבֿיאות, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען;4און צִדקִיָהו דער מלך פֿון יהוּדה װעט נישט אַנטרונען װערן פֿון דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, נײַערט איבערגעגעבן װעט ער איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט רעדן צו אים מױל צו מױל, און אױג אין אױג װעט ער אים זען;5און קײן בָבֿל װעט ער אַװעקפֿירן צִדקִיָהון, און דאָרטן װעט ער זײַן ביז איך דערמאָן זיך אָן אים, זאָגט ה׳; אַז איר װעט מלחמה האַלטן מיט די כַּשׂדים, װעט איר נישט באַגליקן?6און יִרמיָהו האָט געזאָגט: דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן:7זע, חנַמאֵל דער זון פֿון שַלום דײַן פֿעטער קומט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: קױף דיר מײַן פֿעלד װאָס אין עַנָתוֹת, װאָרעם דיר געהערט דאָס אױסלײזרעכט אָפּצוקױפֿן.8און חנַמאֵל מײַן פֿעטערס זון איז געקומען צו מיר אין הױף פֿון דער װאַך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳, און דער האָט צו מיר געזאָגט: קױף אָפּ, איך בעט דיך, מײַן פֿעלד װאָס אין עַנָתוֹת, װאָס אין לאַנד בנימין, װאָרעם דיר געהערט דאָס רעכט פֿון ירושה, און דיר געהערט די אױסלײזונג; קױף עס דיר אָפּ. און אַזױ האָב איך געװוּסט אַז דאָס איז דאָס װאָרט פֿון ה׳.9און איך האָב אָפּגעקױפֿט דאָס פֿעלד פֿון חנַמאֵל, מײַן פֿעטערס זון, װאָס אין עַנָתוֹת, און איך האָב אים אָפּגעװױגן דאָס געלט, זיבן שֶקל און צען, זילבער.10און איך האָב אױפֿגעשריבן אױף אַ געשריפֿטס, און פֿאַרחתמעט, און געשטעלט עדות, און אָפּגעװױגן דאָס געלט אױף אַ װאָגשאָל.11און איך האָב גענומען דעם שטַר-מכירה, דעם פֿאַרכתמעטן מיט די באַדינגען און די אָפּמאַכן, און דעם אָפֿענעם.12און איך האָב געגעבן דעם שטַר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָה דעם זון פֿון מַחסֵיָהן, פֿאַר די אױגן פֿון חנַמאֵל דעם זון פֿון מײַן פֿעטער, און פֿאַר די אױגן פֿון די עדות װאָס האָבן זיך אונטערגעשריבן אױף שטַר-מכירה, פֿאַר די אױגן פֿון אַלע ייִדן װאָס זײַנען געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.13און איך האָב באַפֿױלן ברוכן פֿאַר זײערע אױגן, אַזױ צו זאָגן:14אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: נעם די דאָזיקע געשריפֿטסן, דעם דאָזיקן שטַר-מכירה, אי דאָס פֿאַרחתמעטע, אי דאָס דאָזיקע אָפֿענע געשריפֿטס, און זאָלסט זײ אַרײַנטאָן אין אַ לײמענער כּלי, כּדי זײ זאָלן האַלטן פֿיל טעג.15װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: עס װעלן נאָך געקױפֿט װערן הײַזער און פֿעלדער און װײַנגערטנער אין דעם דאָזיקן לאַנד.16און איך האָב מתפּלל געװען צו ה׳ נאָכדעם װי איך האָב איבערגעגעבן דעם שטַר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהן, אַזױ צו זאָגן:17אױ װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי! זע, דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד מיט דײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; פֿון דיר איז נישט פֿאַרמיטן קײן זאַך צו װונדערבאַר.18טוסט חֶסֶד מיטן טױזנטסטן גליד, און באַצאָלסט די זינד פֿון די עלטערן אין דעם בוזעם פֿון זײערע קינדער נאָך זײ; דו גרױסער, מאַכטיקער אֵל, װאָס ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען,19גרױס אין באַראָט, און שטאַרק אין טואונג, װאָס דײַנע אױגן זענען אָפֿן אױף אַלע װעגן פֿון די מענטשנקינדער, צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן און לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים;20דו װאָס האָסט געטאָן צײכנס און װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם, און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אי צװישן יִשׂרָאֵל, אי צװישן אַנדערע מענטשן, און האָסט זיך געמאַכט אַ נאָמען, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג;21און האָסט אַרױסגעצױגן דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם מיט צײכנס און מיט װוּנדער, און מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױס פֿאָרכטיקײט;22און האָסט זײ געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, װאָס דו האָסט געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק;23און זײ זײַנען געקומען, און האָבן עס געאַרבט; אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דײַן קֹול, און אין דײַן תּורה זײַנען זײ נישט געגאַנגען; אַלץ װאָס דו האָסט זײ באַפֿױלן צו טאָן האָבן זײ נישט געטאָן, און דו האָסט געמאַכט געשען צו זײ אַל דאָס דאָזיקע בײז.24זע, די באַלעגערונג־װערק זײַנען געקומען אין דער שטאָט, זי צו באַצװינגען, און די שטאָט װערט איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף איר, פֿון װעגן דער שװערד און דעם הונגער און דער פּעסט; און װאָס דו האָסט גערעדט איז געשען, און אָט זעסטו עס.25פֿון דעסטװעגן האָסטו, ה׳ דו אֲדֹנָי, געזאָגט צו מיר: קױף דיר דאָס פֿעלד פֿאַר געלט, און שטעל עדות; װען די שטאָט װערט איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים.26און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן:27זע, איך בין ה׳ דער ג-ט פֿון אַלע לײַבער; איז דען פֿאַרמיטן פֿון מיר אַ שום זאַך?28דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, און אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען.29און די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף דער דאָזיקער שטאָט, װעלן קומען און װעלן אָנצינדן די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער, און װעלן זי פֿאַרברענען מיט די הײַזער װאָס מע האָט גערײכערט אױף זײערע דעכער צו בַעַל, און געגאָסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע ג‑טער, כּדי מיך צו דערצערענען.30װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון יהוּדה פֿלעגן פֿון זײער יוגנט אָן רק טאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן; װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל טוען מיך רק דערצערענען מיט דעם װערק פֿון זײערע הענט, זאָגט ה׳.31װאָרעם צו מײַן פֿאַרדראָס און צו מײַן גרימצאָרן איז מיר געװען די דאָזיקע שטאָט פֿון דעם טאָג װאָס מען האָט זי געבױט. און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אַזױ אַז איך מוז זי אָפּטאָן פֿון מײַן פּנים,32איבער אַל דעם בײז פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון יהוּדה, װאָס זײ האָבן געטאָן מיך צו דערצערענען, זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן, זײערע כּהנים, און זײערע נבֿיאים, און די מענער פֿון יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם.33און זײ האָבן געקערט צו מיר דעם רוקן און נישט דעם פּנים, און איך האָב זײ געלערנט, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געלערנט, אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו נעמען אַ מוסר.34און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן זײערע אומװערדיקײטן אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, עס צו פֿאַראומרײניקן.35און זײ האָבן געבױט די בָמות פֿון בַעַל װאָס אין טאָל פֿון בן-הִנוֹם, אױף מקריבֿ צו זײַן זײערע זין און זײערע טעכטער צום מוֹלֶך, װאָס נישט איך האָב זײ באַפֿױלן, און נישט מיר איז אױפֿן זינען אַרױפֿגעקומען, מע זאָל טאָן די דאָזיקע אומװערדיקײט, כּדי צו מאַכן זינדיקן יהוּדה.36אָבער אַצונד, פֿאַר װאָר, האָט אַזױ געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אױף דער דאָזיקער שטאָט, װאָס איר זאָגט, זי איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל דורך דער שװערד, און דורך דעם הונגער, און דורך דער פּעסט:37זע, איך זאַמל זײ פֿון אַלע לענדער, װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין אין מײַן כּעס, און אין מײַן גרים, און אין גרױס צאָרן, און איך װעל זײ אומקערן צו דעם דאָזיקן אָרט, און זײ מאַכן װױנען אין זיכערקײט.38און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים.39און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אײן װעג מורא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג, כּדי זײ זאָל גוט זײַן, און זײערע קינדער נאָך זײ.40און איך װעל זײ שליסן אַן אײביקן ברית, אַז איך װעל זיך נישט אָפּקערן פֿון הינטער זײ – כּדי איך זאָל זײ באַגיטיקן; און מײַן פֿאָרכט װעל איך אַרײַנגעבן אין זײער האַרצן, נישט אַװעקצוגײן פֿון מיר.41און איך װעל מיך פֿרײען איבער זײ, זײ צו באַגיטיקן, און װעל זײ אײַנפֿלאַנצן אין דעם דאָזיקן לאַנד מיט אַן אמת, מיט מײַן גאַנצן האַרצן, און מיט מײַן גאַנצער זעל.42װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װי איך האָב געבראַכט אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, אַזױ ברענג איך אױף זײ דאָס גאַנצע גוטס װאָס איך האָב איבער זײ גערעדט.43און פֿעלד װעט געקױפֿט װערן אין דעם דאָזיקן לאַנד, װאָס איר זאָגט, עס איז אַ װיסטעניש, אָן אַ מענטש אָדער אַ בהמה, עס איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים.44מע װעט קױפֿן פֿעלדער פֿאַר געלט, און מע װעט שרײַבן שטַר-מכירהס, און פֿאַרחתמען, און שטעלן עדות, אין לאַנד בנימין, און אַרום ירושָלַיִם, און אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די שטעט פֿון דעם געבערג, און אין די שטעט פֿון דער נידערונג, און אין די שטעט פֿון דָרום; װאָרעם איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, זאָגט ה׳.
Artists for Israel International