יִרְמְיָה31
1אַזױ זאָגט ה׳: געפֿונען האָט חן און חֶסֶד אין מדבר דאָס פֿאָלק פֿון שװערד געבליבן; גײ אים באַרוען, יִשׂרָאֵל.2פֿון װײַטן האָט ה׳ זיך באַװיזן צו מיר: יאָ, אײביקע ליבשאַפֿט האָב איך דיך ליב, דערום צי איך דיך צו מיט גענאָד.3איך װעל דיך נאָך אױפֿבױען, און װעסט אױפֿגעבױט װערן, יונגפֿרױ יִשׂרָאֵל; װעסט נאָך אָנטאָן דײַנע פּײַקלעך, און אַרױסגײן אין לוסטיקן טאַנץ.4װעסט נאָך פֿלאַנצן װײַנגערטנער אױף די בערג פֿון שוֹמרוֹן; פֿלאַנצן װעלן פֿלאַנצער און פֿאַרניצן אַלײן.5װאָרעם זײַן װעט אַ טאָג, װען די װעכטער רופֿן אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים: שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן קײן צִיוֹן, צו ה׳ אלוקינו.6װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זינגט מיט פֿרײד װעגן יעקבֿ, און שאַלט װעגן דעם קאָפּ פֿון די פֿעלקער; מאַכט הערן, לױבט, און זאָגט: העלף, ה׳, דײַן פֿאָלק, דעם איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל.7זע, איך ברענג זײ פֿון צפֿון-לאַנד, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די עקן ערד; צװישן זײ דעם בלינדן און דעם הינקעדיקן, די טראָגעדיקע און די געװינערין אין אײנעם; אַ גרױס געזעמל װעלן זײ זיך אומקערן אַהער.8מיט געװײן װעלן זײ קומען, און מיט חֵן װעל איך זײ ברענגען; איך װעל זײ פֿירן בײַ טײַכן װאַסער, אױף אַ װעג אַ גלײַכן װאָס זײ װעלן דערין נישט געשטרױכלט װערן; װאָרעם איך בין אַ פֿאָטער צו יִשׂרָאֵל, און אפֿרים, ער איז מײַן בכוֹר.9הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר פֿעלקער, און דערצײלט אין די אינדזלען פֿון דער װײַט, און זאָגט: דער װאָס האָט צעשפּרײט יִשׂרָאֵל, טוט אים אײַנזאַמלען, און היט אים װי אַ פּאַסטוך זײַן סטאַדע.10װאָרעם ה׳ האָט אױסגעקױפֿט יעקבֿ, און אים אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים.11און זײ װעלן קומען און זינגען אױף דער הײך פֿון צִיוֹן, און זײ װעלן שטראָמען צו ה׳ס גוטס, צו תּבֿואה, און צו װײַן, און צו אײל, און צו יונגע שאָף און רינדער; און זײער זעל װעט זײַן װי אַ באַװאַסערטער גאָרטן, און זײ װעלן מער װידער נישט שמאַכטן.12דענצמאָל װעט די יונגפֿרױ זיך פֿרײען אין טאַנץ, און בכוֹרים און זקנים אין אײנעם; און איך װעל פֿאַרקערן זײער טרױער אין פֿרײד, און װעל זײ טרײסטן און זײ דערפֿרײען אין זײער קומער.13און איך װעל זעטן די זעל פֿון די כּהנים מיט פֿעטקײט, און מײַן פֿאָלק װעט זײַן זאַט מיט מײַן גוטס, זאָגט ה׳.14אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַ קֹול װערט אין רָמָה געהערט, אַ יאָמער, אַ ביטער געװײן; רחל װײנט אױף אירע קינדער, זי װיל זיך נישט טרײסטן נאָך אירע קינדער, װאָס זײ זײַנען מער נישטאָ.15אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַרמײַד דײַן קֹול פֿון געװײן, און דײַנע אױגן פֿון טרערן, װאָרעם פֿאַראַן אַ לױן פֿאַר דײַן מי, זאָגט ה׳; און זײ װעלן זיך אומקערן פֿון לאַנד פֿון דעם פֿײַנט.16און פֿאַראַן אַ האָפֿונג פֿאַר דײַן לעצט, זאָגט ה׳, און די קינדער װעלן זיך אומקערן צו זײער געמאַרק.17הערן האָב איך געהערט אפֿרים זיך קלאָגן: האָסט מיך געשטראָפֿט, און איך בין געשטראָפֿט געװאָרן, װי אַ קאַלב נישט געלערנט; לאָז מיך אומקערן, און איך װעל זיך אומקערן, װאָרעם דו ביסט ה׳ מײַן ג-ט.18װאָרעם נאָך מײַן אָפּקערונג האָב איך חרטה געהאַט, און נאָך מײַן אַנערקענען, האָב איך זיך געשלאָגן אױפֿן דיך; איך שעם זיך און בין אין ביוש, װײַל איך טראָג די שאַנד פֿון מײַן יוגנט.19איז מיר אַ טײַער זון אפֿרים, צי אַ געליבטן קינד? װאָרעם װי נאָר איך רעד פֿון אים; בענקען דענק איך װידער נאָך אים: דערום ברומען מײַנע אינגעװײד צו אים; דערבאַרעמען װעל איך אים דערבאַרעמען, זאָגט ה׳.20שטעל דיר צײכנס, מאַך דיר װעגשטאַנגען, גיב אַכט אױף דעם שטעג, דעם װעג װאָס דו ביסט געגאַנגען; קער זיך אום, יונגפֿרױ יִשׂרָאֵל, קער זיך אום צו די דאָזיקע שטעט דײַנע.21ביז װאַנען װעסטו זיך אָפּדרײען, טאָכטער װידערשפּעניקע? פֿאַר װאָר, ה׳ האָט באַשאַפֿן אַ נײַס אױף דער ערד: די פֿרױ זאָל זיך אַרומרינגלען אַ מאַן.22אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: מע װעט נאָך זאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט אין לאַנד פֿון יהוּדה, און אין זײַנע שטעט, װען איך קער אום זײער געפֿאַנגענשאַפֿט: ג-ט זאָל דיך בענטשן, װױנונג פֿון גערעכטיקײט, הײליקער באַרג!23און יהוּדה און אַלע זײַנע שטעט װעלן דרינען זיצן אין אײנעם: אַקערס לײַט, און די װאָס ציען מיט סטאַדעס.24װאָרעם איך דערקװיק די מידע זעל, און איטלעך זעל װאָס שמאַכט, טו איך אָנפֿילן.25דערױף האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט און מיך אומגעקוקט; און מײַן שלאָף איז מיר זיס געװען.26זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל פֿאַרזײען דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל און דאָס הױז פֿון יהוּדה, מיט זאָמען פֿון מענטשן, און מיט זאָמען פֿון בהמות.27און עס װעט זײַן, אַזױ װי איך האָב אױפֿגעפּאַסט אױף זײ, אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן, און צו צעשטערן און אונטערצוברענגען, און בײז צו טאָן, אַזױ װעל איך אױפֿפּאַסן אױף זײ, צו בױען און צו פֿלאַנצן, זאָגט ה׳.28אין יענע טעג װעט מען מער נישט זאָגן:
די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן, און די צײן פֿון די זין זײַנען האַיליק.29נײַערט איטלעכער פֿאַר זײַן זינד װעט שטאַרבן; יעטװעדער מענטש װאָס עסט די זױערע װײַנטרױבן, זײַנע צײן װעלן הײַליק װערן.30זע, טעג קומע, זאָגט ה׳, און איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און מיט דעם הױז פֿון יהוּדה, אַ נײַעם ברית;31נישט װי דער ברית װאָס איך האָב געשלאָסן מיט זײערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב אָנגענומען זײער האַנט זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; װאָרעם זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן ברית, הגם איך בין געװען זײער מאַן, זאָגט ה׳.32נײַערט דאָס װעט זײַן דער ברית װאָס איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל נאָך יענע טאָג, זאָגט ה׳: איך גיב אַרײַן מײַן תּורה אין זײ, און אױף זײער האַרצן װעל איך זי אױפֿשרײַבן; און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק.33און זײ װעלן מער נישט לערנען איטלעכער זײַן חבֿר, און איטלעכער זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן: קענט ג-ט! װאָרעם זײ אַלע װעלן מיך קענען, פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן, זאָגט ה׳; װאָרעם איך װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און זײער חטא װעל איך מער נישט דערמאָנען.34אַזױ האָט ה׳ געזאָגט, דער װאָס גיט די זון פֿאַר אַ ליכט בײַ טאָג, און די געזעצן פֿון לבֿנה און שטערן פֿאַר אַ ליכט בײַ נאַכט; דער װאָס שפּרײט אױס דאָס ים און זײַנע כװאַליעס שטורעמען – ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען:35אױב די דאָזיקע געזעצן װעלן אָפּגעטאָן װערן פֿון פֿאַר מיר, זאָגט ה׳, װעט אױך דער זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל אױפֿהערן צו זײַן אַ פֿאָלק פֿאַר מיר אַלע טעג.36אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױב די הימלען פֿון אױבן װעלן אױסגעמאָסטן װערן, און די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד אונטן װעלן דערפֿאָרשט װערן, װעל איך אױך פֿאַראַכטן אַל דעם זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַר אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן, זאָגט ה׳.37זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און די שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן צו ג-ט, פֿון דעם טורעם פֿון חַנַנאֵל ביזן װינקלטױער.38און די מעסטשנור װעט אַרױסגײן װײַטער, גלײַך אַקעגן, ביזן בערגל גָרֵבֿ, און װעט זיך פֿאַרדרײען קײן גֹּעָה.39און דער גאַנצער טאָל פֿון פּגרים און אַש, און אַלע פֿעלדער ביז טײַך קִדרוֹן, ביזן װינקל פֿון פֿערדטױער אין מזרח, װעלן זײַן הײליק צו ה׳; עס װעט מער נישט אױסגעריסן װערן, און נישט צעשטערט װערן, אױף אײביק.

Artists for Israel International