יִרְמְיָה2
1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:2גײ און זאָלסט רופֿן אין די אױערן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
איך געדענק דיר די גינציקײט פֿון דײַן יוגנט, די ליבשאַפֿט פֿון דײַן כּלה-צײַט; דײַן גײן נאָך מיר אין דער מדבר, אין אַ לאַנד נישט געזײט.3הײליק בײַ ה׳ איז יִשׂרָאֵל, דאָס ערשטע פֿון זײַן תּבֿואה; אַלע זײַנע פֿאַרצערער װעלן שולדיק זײַן; אַ בײזעניש װעט קומען אױף זײ, זאָגט ה׳.4הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר הױז פֿון יעקבֿ, און אַלע משפּחות פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל;5אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
װאָס האָבן אײַערע עלטערן אין מיר אַן עװלה געפֿונען, װאָס זײ האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר, און געגאַנגען נאָך נישט און נישטיק געװאָרן?6און זײ האָבן נישט געזאָגט: װוּ איז ה׳ װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װאָס האָט אונדז געפֿירט דורכן מדבר, דורך אַ לאַנד פֿון װיסטעניש און גריבער, דורך אַ לאַנד פֿון טריקעניש און טױטשאָטן, דורך אַ לאַנד װאָס קײן מענטש איז נישט דורכגעגאַנגען דערין, און קײן מוטערמענטש האָט נישט געװױנט דאָרטן?7און איך האָב אײַך געבראַכט אין אַ פֿרוכטיקן לאַנד, צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס; אָבער איר זײַט געקומען און האָט פֿאַראומרײניקט מײַן לאַנד, און האָסט געמאַכט מײַן נחלה פֿאַר אַן אומװערדיקײט.8די כּהנים האָבן נישט געזאָגט: װוּ איז ה׳? און די אױפֿהאַלטער פֿון דער תּורה האָבן מיך נישט געקענט, און די פּאַסטוכער האָבן געבראָכן אָן מיר, און די נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר בַעַל, און נאָך די װאָס נוצן נישט, זײַנען זײ געגאַנגען.9דערום װעל איך נאָך קריגן מיט אײַך, זאָגט ה׳, און מיט אײַערע קינדס-קינדער װעל קריגן.10װאָרעם פֿאָרט דורך די אינדזלען פֿון די כִּתּים, און זעט, און קײן קֵדָר שיקט, און קוקט זיך גוט צו, און זעט אױב אַזױנס איז געשען.11האָט דען אַ פֿאָלק פֿאַרביטן זײַנע ג‑טער? װאָס זײ זײַנען קײן ג‑טער נישט; און מײַן פֿאָלק האָט פֿאַרביטן זײַן כּבֿוד אױף װאָס נוצט נישט.12גרױלט איר הימלען איבער דעם, און שױדערט, װערט באַנומען ביז גאָר, זאָגט ה׳.13װאָרעם אַ צװײַעדיק בײז האָט געטאָן מײַן פֿאָלק: זײ האָבן פֿאַרלאָזן מיך, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער, זיך צו האַקן ברונעמער, צעבראָכענע ברונעמער, װאָס קענען דאָס װאַסער נישט האַלטן.14איז אַ קנעכט יִשׂרָאֵל? צי אַ הױזגעבאָרענער שקלאַף איז ער? פֿאַר װאָס איז ער צו רױב געװאָרן?15אױף אים ברילן די יונגלײבן, זײ לאָזן אַרױס זײער קֹול, און זײ האָבן געמאַכט זײַן לאַנד צו װיסט; זײַנע שטעט זענען פֿאַרװיסט געװאָרן, אָן אַ באַװױנער.16אױך די זין פֿון נוֹף און תַּחְפַּנְחֵס װעלן אױף דײַן שאַרבן צעבראָכן.17פֿאַר װאָר, דאָס האָט דיר אָנגעמאַכט װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן ה׳ דײַן ג-ט, בעת ער האָט דיך אױפֿן װעג געפֿירט.18און אַצונדערט װי קומסטו אױפֿן װעג קײן מִצרַיִם, צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון שיחוֹר? און װי קומסטו אױפֿן װעג קײן אשור, צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון טײַך?19דײַן שלעכטיקײט װעט דיך אָנלערנען, און דײַנע אָפּקערונגען װעלן דיך שטראָפֿן; און װײס און זע, אַז שלעכט איז און ביטער װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן ה׳ דײַן ג-ט, און מײַן מורא איז נישט אױף דיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת.20װאָרעם פֿון אײביק אָן האָב איך צעבראָכן דײַן יאָך, צעריסן דײַנע בינדשטריק, און דו האָסט געזאָגט: איך װעל נישט דינען; אָבער אױף יעטװעדער הױכן בערגל, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם, שטרעקסטו װי אַ זוֹנה זיך אױס.21און איך האָב דיך געפֿלאַנצט אַ װױל װײַנריטל, לױטער ריכטיקן זאָמען; און װי ביסטו מיר פֿאַרקערט געװאָרן אין װיל װוּקסן פֿון פֿרעמדן װײַנשטאָק!22װאָרעם, אַז דו זאָלסט זיך װאַשן מיט לױג, און זאָלסט מערן אױף דיר זײף, איז געפֿלעקט דײַן זינד פֿאַר מיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.23װי קענסטו זאָגן: איך האָב מיך נישט פֿאַראומרײניקט, נאָך די בַעַל-געטער בין איך נישט געגאַנגען? זע דײַן פֿירונג אין טאָל, מערק װאָס דו האָסט געטאָן, דו פֿלינקע קעמעלין, װאָס פֿאַרדרײט אירע װעגן;24אַ װילדע אײזעלין צום מדבר געװױנט, װאָס שלינגט דעם װינט אין דער גלוסטונג פֿון איר זעל; פֿון איר פּאָרונג װער קען זי אָפּהאַלטן? אַלע אירע זוכער דאַרפֿן זיך נישט אײַנמיען, אין איר חודש װעלן זײ זי געפֿינען.25פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון באָרװעס זײַן, און דײַן קעל פֿון דאָרשטיקײט; אָבער דו האָסט געזאָגט: אומזיסט, נײן! נײַערט פֿרעמדע האָב איך ליב, און נאָך זײ װעל איך גײן.26װי די שאַנד פֿון אַ גנבֿ אַז ער װערט געפֿונען, אַזױ איז צו שאַנד דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן, און זײערע כּהנים, און זײערע נבֿיאים.27זײ זאָגן צו אַ האָלץ: ביסט מײַן פֿאָטער! און צו אַ שטײן: דו האָסט אונדז געבאָרן! װאָרעם זײ האָבן געקערט דעם רוקן צו מיר, און נישט דעם פּנים; נאָר אין צײַט פֿון זײער אומגליק זאָגן זײ: שטײ אױף און העלף אונדז.28און װוּ זײַנען דײַנע ג‑טער װאָס דו האָסט דיר געמאַכט? זאָלן זײ אױפֿשטײן אױב זײ קענען דיר העלפֿן אין צײַט פֿון דײַן אומגליק; װאָרעם אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט, זײַנען דײַנע ג‑טער, יהוּדה.29פֿאַר װאָס קריגט איר אױף מיר? איר אַלע האָט װידערגעשפּעניקן אָן מיר, זאָגט ה׳.30אומזיסט האָב איך געשלאָגן אײַערע קינדער, זײ האָבן קײן מוסר נישט גענומען; אײַער שװערד האָט פֿאַרצערט אײַערע נבֿיאים, װי אַ מערדערישער לײב.31איר דור, זעט דאָס װאָרט פֿון ה׳: בין איך דען געװען אַ מדבר צו יִשׂרָאֵל? צי אַ לאַנד פֿון שטאָקפֿינצטערניש? פֿאַר װאָס זאָגט מײַן פֿאָלק: מיר װילן זיך אומטרײַבן, מיר װעלן מער נישט קומען צו דיר?32קען אַ יונגפֿרױ פֿאַרגעסן איר צירונג, אַ כּלה אירע שלײפֿן? און מײַן פֿאָלק האָט מיך פֿאַרגעסן טעג אָן אַ צאָל.33װי פֿאַרבעסערסטו דײַן װעג ליבשאַפֿט צו זוכן! פֿאַר װאָר, אַפֿילו די ערגסטע קענסטו דײַנע װעגן לערנען.34אין דײַנע ברעגן געפֿינט זיך אױך בלוט פֿון נפֿשות פֿון אומשולדיקע אָרימע – נישט בײַ אַן אײַנברעכונג האָסטו זײ געפֿונען; אָבער בײַ אַלעם דעם35זאָגסטו: פֿאַר װאָר, איך בין אומשולדיק, זײַן צאָרן האָט זיך געװיס אָפּגעקערט פֿון מיר. זע, איך משפּט זיך מיט דיר פֿאַר דײַן זאָגן: איך האָב נישט געזינדיקט.36װי זײער װאָלװל דו מאַכסט זיך צו בײַטן דײַן װעג! װעסט אױך פֿון מִצרַיִם פֿאַרשעמט װערן, װי דו ביסט פֿאַרשעמט געװאָרן פֿון אשור.37אױך פֿון דעם דאָזיקן װעסטו אַרױסגײן מיט דײַנע הענט איבער דײַן קאָפּ, װאָרעם ה׳ פֿאַראַכט דײַנע בטחונות, און װעסט מיט זײ נישט באַגליקן.

Artists for Israel International