יִרְמְיָה1

1די װערטער פֿון יִרמיָהו דעם זון פֿון חִלקִיָהון, פֿון די כּהנים װאָס אין עַנָתוֹת אין לאַנד בנימין,2װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז צו אים געװען אין די טעג פֿון יֹאשִיָהו, דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהוּדה, אין דרײַצנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה,3און איז אױך געװען אין די טעג פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, ביזן סוף פֿון עלפֿטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, ביז דעם גלות פֿון ירושָלַיִם אין פֿינפֿטן חודש.
4און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
5אײדער איך האָב דיך אין מוטערלײַב געפֿורעמט, האָב איך דיר דערקענט, און אײדער דו ביסט פֿון טראַכט אַרױס, האָב איך דיך געהײליקט; אַ נבֿיא פֿאַר די פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט.
6האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, איך קען דאָך נישט רעדן, װאָרעם איך בין אַ ייִנגל.7האָט ה׳ צו מיר געזאָגט:
זאָלסט נישט זאָגן: איך בין אַ ייִנגל, נײַערט אומעטום װוּ איך װעל דיך שיקן זאָלסטו גײן, און אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן זאָלסטו רעדן.
8זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, װאָרעם איך בין מיט דיר, דיך מציל צו זײַן, זאָגט ה׳.
9און ה׳ האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט און צוגערירט, צו מײַן מױל, און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט:
אָט האָב איך געגעבן מײַנע װערטער אין דײַן מױל;
10זע, איך, האָב דיך געשטעלט הײַנטיקן טאָג איבער די פֿעלקער און איבער די קיניגרײַכן, אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן, און אונטערצוברענגען און צו צעשטערן; צו בױען און צו פֿלאַנצן.
11און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: װאָס זעסטו, יִרמיָהו? האָב איך געזאָגט: אַ מאַנדלשטאָק זע איך.12האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: האָסט װױל געזען, װאָרעם איך פּאַס-אױף אױף מײַן װאָרט עס צו טאָן.
13און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: אַ זודיקן טאָפּ זע איך, און זײַן פֿאָדערזײַט איז קעגן צפֿון.14האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: פֿון צפֿון װעט אױסברעכן דאָך בײז אױף אַלע באַװױנער פֿון לאַנד.15װאָרעם זע, איך רוף צו אַלע משפּחות פֿון די קיניגרײַכן צו צפֿון, זאָגט ה׳, און זײ װעלן קומען, און װעלן שטעלן איטלעכער זײַן טראָן בײַם אײַנגאַנג פֿון די טױערן פֿון ירושָלַיִם, און קעגן אַלע אירע מױערן רונד אַרום, און קעגן אַלע שטעט פֿון יהוּדה.16און איך װעל זײ אַרױסזאָגן מײַן משפּט פֿאַר אַל זײער שלעכטיקײט, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און גערײכערט צו פֿרעמדע ג‑טער, און זיך געבוקט צו די װערק פֿון זײערע הענט.17און דו זאָלסט אָנגורטן דײַנע לענדן, און זאָלסט אױפֿשטײן און רעדן צו זײ אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן; זאָלסט זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, כּדי איך זאָל דיך נישט דערשרעקן פֿאַר זײ.18װאָרעם זע, איך האָב דיך הײַנט געמאַכט פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער שטאָט, און פֿאַר אַן אײַזערנעם זײַל, און פֿאַר קופּערנע מױערן אַקעגן גאַנצן לאַנד, קעגן די מלכים פֿון יהוּדה, קעגן אירע האַרן, קעגן אירע כּהנים, און קעגן דעם פֿאָלק פֿון לאַנד.19און זײ װעלן מלחמה האַלטן אַקעגן דיר, און װעלן דיך נישט בײַקומען, װאָרעם איך בין מיט דיר, זאָגט ה׳, דיך מציל צו זײַן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276