מִשְׁלֵי24

1זאָלסט נישט זײַן מקנא בײזע לײַט, און זאָלסט נישט גאַרן צו זײַן מיט זײ,2װאָרעם פֿאַרװיסטונג טראַכט זײער האַרץ, און אומגליק רעדן זײערע ליפּן.
3מיט חכמה װערט אַ הױז געבױט, און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װערט עס באַפֿעסטיקט;4און דורך קענשאַפֿט װערן די קאַמערן אָנגעפֿילט מיט אַלערלײ טײַערן און ליבלעכן גוטס.5אַ קלוגער מאַן איז אין מאַכט, און אַ מענטש מיט קענשאַפֿט האָט אַ שטאַרקע גבֿורה;6װאָרעם מיט תּחבוּלות מוזטו אָנפֿירן דײַן מלחמה, און הילף קומט דורך פֿיל יוֹעצים.7צו הױך פֿאַר דעם נאַרן איז חכמה, אין טױער עפֿנט ער נישט זײַן מױל.
8דער װאָס קלערט צו טאָן שלעכטס, אים װעט מען נאָכרופֿן בײזװיליקער מענטש.9די טראַכטעניש פֿון דעם נאַרן איז זינד, און אַן אומװערדיקײט בײַ מענטשן איז דער שפּעטער.
10לאָזטו זיך אָפּ אין טאָג פֿון נױט, איז דײַן כּוֹח אַ קנאַפּער.11זײַ מציל די װאָס װערן גענומען צום טױט, און די אָנגעברײטע צום הרגען, אױב דו קענסט אָפּהאַלטן.12אַז דו װעסט זאָגן: מיר האָבן דאָך דערפֿון נישט געװוּסט – פֿאַר װאָר, דער פֿאָרשער פֿון די הערצער, ער װעט מערקן, און דער היטער פֿון דײַן זעל, ער װעט װיסן, און װעט אומקערן איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.
13עס, מײַן זון, האָניק, װײַל עס איז גוט, און האָניקזאַפֿט װאָס איז זיס פֿאַר דײַן גומען;14אַזױ, זײַ װיסן, איז חכמה פֿאַר דײַן זעל, אַז דו האָסט זי געפֿונען װעט זײַן אַ גוטע לעצט, און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.
15זאָלסט נישט לױערן, רשע, אױף דער װױנונג פֿון דעם צדיק, זאָלסט נישט פֿאַרװיסטן זײַן מנוחה;16װאָרעם זיבן מאָל פֿאַלט דער צדיק, און שטײט אױף, און די רשעים װערן געשטרױכלט אין אומגליק.
17אַז דײַן שׂונא פֿאַלט, זאָלסטו זיך נישט פֿרײען, און אַז ער װערט געשטרױכלט, זאָל נישט אָנקװעלן דײַן האַרץ;18װאָרעם ה׳ װעט זען, און עס װעט שלעכט זײַן אין זײַנע אױגן, און ער װעט אָפּקערן פֿון אים זײַן צאָרן.
19זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער, זאָלסט נישט מקנא זײַן די רשעים;20װאָרעם דער שלעכטער װעט נישט האָבן קײן לעצט, דאָס ליכט פֿון די רשעים װעט אױסגעלאָשן װערן.
21האָב מורא פֿאַר ה׳, מײַן זון, און פֿאַרן מלך, מיט איבעראַנדערשער זאָלסטו זיך נישט מישן;22װאָרעם פּלוצלינג װעט קומען זײער בראָך, און װער װײס דאָס אומגליק פֿון זײ בײדן?
23אױך די דאָזיקע זײַנען פֿון די חכמים.
פֿון שאַנעװען אין אַ משפּט קומט נישט אַרױס קײן גוטס.
24דער װאָס זאָגט צום שולדיקן: דו ביסט גערעכט, שילטן אים פֿעלקער, פֿלוכן אים אומות.25אָבער די װאָס משפּטן ריכטיק, זײ איז װױל, און אױף זײ קומט אַ ברכה פֿון גוטס.26די ליפּן דאַרף מען קושן דעם װאָס ענטפֿערט די ריכטיקע רײד.
27פֿאַרריכט דערױסן דײַן אַרבעט, און גרײט עס דיר צו אױפֿן פֿעלד, דערנאָך זאָלסטו בױען דײַן הױז.
28זאָלסט נישט זײַן אַן עדות אַקעגן דײַן חבֿר אָן אַ פֿאַר װאָס, און נאַרן מיט דײַנע ליפּן.29זאָלסט נישט זאָגן: װי ער האָט מיר געטאָן, אַזױ װעל איך אים טאָן; איך װעל דעם מענטשן אומקערן לױט זײַן טאָן.
30פֿאַרבײַ אַ פֿעלד פֿון אַ פֿױלן מאַן בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען, און פֿאַרבײַ אַ װײַנגאָרטן פֿון אַ מענטשן אָן שׂכל;31ערשט עס איז אין גאַנצן געװען פֿאַרװאַקסן מיט דערנער, זײַן אײבערפֿלעך איז געװען באַדעקט מיט װילדע געװעקסן, און זײַן שטײנערנע צאַם איז געװען אײַנגעפֿאַלן.32איך האָב געקוקט, און מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן, איך האָב געזען, און גענומען אַ מוסר.33נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען, נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט –34און קומען אַזױ װי אַ װאַנדערער דײַן אָרימקײט, און דײַן נױט װי אַ מאַן פֿון מלחמה.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276