מִשְׁלֵי27
1זאָלסט זיך נישט רימען מיט דעם מאָרגעדיקן טאָג, װאָרעם דו װײסט נישט װאָס דער טאָג װעט געבערן.2זאָל דיך לױבן אַן אַנדערער, און נישט דײַן מױל, אַ פֿרעמדער, און נישט דײַנע ליפּן.3שװער איז שטײן, און אַ משׂא איז זאַמד, אָבער דער כּעס פֿון אַ נאַרן איז שװערער פֿון זײ בײדן.4אומדערבאַרעמדיק איז גרימצאָרן, און אַ פֿלײצונג איז כּעס, אָבער װער קען באַשטײן פֿאַר קנאה?5בעסער אַן אָפֿענער פֿאָרװוּרף אײדער פֿאַרבאָרגענע ליבשאַפֿט.6געטרױלעך זײַנען די װוּנדן פֿון אַ גוטן פֿרײַנט, און צו לאַסט זײַנען די קושן פֿון אַ שׂונא.7אַ זאַטע זעל טרעט אױף האָניקזאַפֿט, און אַ הונגעריקער זעל איז איטלעך ביטערס זיס.8װי אַ פֿױגל פֿאַרװאָגעלט פֿון איר נעסט, אַזױ איז אַ מענטש פֿאַרװאָגעלט פֿון זײַן הײם.9אײל און װײַרעך דערפֿרײט דאָס האַרץ, דאָס גלײַכן די זיסקײט פֿון אַ חבֿר דורך אַ האַרציקער עצה.10דײַן גוטן פֿרײַנט, און דײַן פֿאָטערס גוטן פֿרײַנט זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן; און זאָלסט נישט קומען אין דײַן ברודערס הױז אין טאָג פֿון דײַן בראָך; בעסער אַ נאָנטער שָכן אײדער אַ װײַטער ברודער.11זײַ קלוג, מײַן זון, און דערפֿרײ מײַן האַרץ, און איך װעל קענען ענטפֿערן דעם װאָס לעסטערט מיך.12דער קלוגער זעט דאָס בײז, פֿאַרבאָרגט ער זיך, די נאַרן גײען װײַטער, װערן זײ געשטראָפֿט.13נעם צו זײַן בגד אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן, און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.14דער װאָס בענטשט זײַן גוטן פֿרײַנט אױף אַ הױכן קֹול פֿרי באַגינען, װעט עס אים װי אַ קללה גערעכנט װערן.15אַ נודנע טריפֿעניש אין אַ רעגנדיקן טאָג, און אַ װײַב אַ קריגערין, זײַנען גלײַך.16דער װאָס באַהאַלט זי, באַהאַלט װינט, און װי צו האַלטן אײל אין זײַן רעכטע האַנט.17אײַזן שלײַפֿט מען מיט אײַזן, און אײן מענטש שלײַפֿט דעם שאַרף פֿון דעם אַנדערן.18דער װאָס היט דעם פֿײַגנבױם, װעט עסן זײַן פֿרוכט, און דער װאָס פּאַסט אױף זײַן האַר, װעט האָבן כּבֿוד.19װי אין װאַסער איז אַ פּנים קעגן אַ פּנים, אַזױ איז דאָס האַרץ פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן.20שְׁאֹול און דער אָפּגרונט װערן נישט זאַט, און די אױגן פֿון דעם מענטשן װערן נישט זאַט.21אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד, און אַ מענטש לױט זײַן לױב.22װען דו זאָלסט שטױסן דעם נאַרן אין אַ שטײסל מיט אַ מערזער צװישן גריץ, װעט זיך נישט אָפּטאָן פֿון אים זײַן נאַרישקײט.23קענען זאָלסטו קענען דאָס אױסזען פֿון דײַנע שאָף, גיב אַכטונג אױף די סטאַדעס;24װאָרעם נישט אױף אײביק איז רײַכטום; און איז דען אַ קרױן אױף דור-דורות?25די הײ איז אָפּגעשניטן, און פֿרישע גראָז באַװײַזט זיך, און אײַנגעזאַמלט זײַנען די קרײַטעכער פֿון די בערג,26װעלן די שעפּסן זײַן פֿאַר דײַן קלײדונג, און צו באַצאָלן פֿאַר אַ פֿעלד די בעק;27און גענוג ציגנמילך װעט זײַן פֿאַר דײַן שפּײַז – פֿאַר דעם שפּײַז פֿון דײַן הױזגעזינט, און דערנערונג פֿאַר דײַנע דינסטמײדלעך.
Artists for Israel International