מִשְׁלֵי21

1בעכן װאַסער איז דעם מלכס האַרץ אין ה׳ס האַנט, װוּהין נאָר ער װיל, נײַגט ער עס.2יעטװעדער װעג פֿון מענטשן איז גלײַך אין זײַנע אױגן, אָבער ה׳ פֿאָרשט די הערצער.3טאָן גערעכטיקײט און רעכט איז בילכער בײַ ה׳ װי אַ שלאַכטאָפּפֿער.4האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ איז דער זינדיקער אַקער פֿון די רשעים.5די געדאַנקען פֿון פֿלײסיקן פֿירן רַק צו שפֿע, און איטלעכער װאָס איז אײַליק – רַק צו פֿאַרמינערונג.6אוֹצרות געמאַכט דורך אַ פֿאַלשער צונג זײַנען אַװעקגעבלאָזענער הױך; די װאָס זוכן זײ זוכן דעם טױט.7דער רױב פֿון די רשעים שלעפּט זײ אַװעק, װײַל זײ װילן נישט טאָן קײן גערעכטיקײט.8פֿאַרקערט איז דעם מענטשנס װעג און פֿרעמד, אָבער דער רײנער, זײַן טאָן איז רעכטפֿאַרטיק.9בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך, אײדער אין אײן הױז מיט אַ װײַב אַ קריגערין.10די זעל פֿון דעם רשע גלוסט בײז, זײַן חבֿר װערט נישט געלײַטזעליקט אין זײַנע אױגן.11אַז מע שטראָפֿט דעם שפּעטער, װערט דער נאַר קלוג; און אַז מע לערנט דעם קלוגן, קריגט ער קענשאַפֿט.12אַז דער צדיק האָט אײַנזעעניש מיטן רָשעס הױז, פֿאַרפֿירט ער די רשעים צום בײזן.13דער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער פֿאַר דעם אָרעמאַנס געשרײ, װעט ער אױך רופֿן, און נישט געענטפֿערט װערן.14אַ מתּנה פֿאַרבאָרגענערהײט פֿאַרבײגט דעם כּעס, און שוחד אין בוזעם, דעם שטאַרקסטן גרימצאָרן.15אַ פֿרײד פֿאַרן צדיק איז טאָן גערעכטיקײט, און אַ שרעק פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.16אַ מענטש װאָס בלאָנדזשעט פֿון דעם װעג פֿון קלוגשאַפֿט, װעט רוען אין דעם געזעמל פֿון מתים.17דער װאָס האָט ליב װױלטאָג, װערט אַן אָרעמאַן, דער װאָס האָט ליב װײַן און אײל, װערט נישט רײַך.18אַן אױסלײז פֿאַר דעם צדיק איז דער רשע, און אַנשטאָט די רעכטפֿאַרטיקע קומט דער פֿעלשער.19בעסער צו װױנען אין אַ מדבר-לאַנד, אײדער מיט אַ װײַב אַ קריגערין אין ערגערניש.20אַ גלוסטיקער אוצר און אײל איז אין דער װױנונג פֿון דעם חכם, אָבער דער נאַרישער מענטש שלינגט עס אײַן.21דער װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט און גענאָד, געפֿינט לעבן, הצלחה, און כּבֿוד.22דער חכם קומט אױף אַ שטאָט פֿון גיבוֹרים, און מאַכט נידערן איר זיכערע פֿעסטונג.23דער װאָס היט זײַן מױל און זײַן צונג, היט פֿון צרות זײַן זעל.24דער מוטװיליקער בַעַל-גאװה, זײַן נאָמען איז שפּעטער – דער װאָס פֿירט זיך מיט מוטװיליקער חוצפּה.25די תּאװה פֿון דעם פֿױלן טײט אים אַװעק, װײַל זײַנע הענט װילן נישט אַרבעטן.26אַ גאַנצן טאָג באַגערט דער געריקער, אָבער דער צדיק גיט און הערט נישט אױף.27דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון די רשעים איז אַן אומװערדיקײט, הײַנט װי נאָך אַז מע ברענגט עס מיט אַ בײזער מחשבֿה!28אַ פֿאַלשער עדות װערט צעמישט, אָבער דער מענטש װאָס האָט געהערט, רעדט מיט פֿעסטיקײט.29דער שלעכטער מענטש גײט מיט אַ פֿאַרשײַט פּנים, אָבער דער רעכטפֿאַריקער, ער פּאַסט אױף זײַן װעג.30נישטאָ קײן חכמה און קײן פֿאַרשטאַנדיקײט און קײן עצה אַקעגן ה׳.31דער פֿערד װערט צוגעגרײט פֿאַר דעם טאָג פֿון מלחמה, אָבער די ישועה איז פֿון ה׳.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276