תְּהִלִּים142

1אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער הײל; אַ תּפֿילה.2מיט מײַן קֹול שרײַ איך צו ה׳, מיט מײַן קֹול בעט איך צו ה׳.3איך גיס אױס פֿאַר אים מײַן קלאָג, מײַן נױט דערצײל איך פֿאַר אים.4װען מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר, דו װײסט דאָך מײַן שטעג – אױף דעם װעג װאָס איך גײ, האָבן זײ מיר אַ פּאַסטקע באַהאַלטן.5קוק רעכטס, און זע, אַז איך האָב נישט קײן באַקענטן; פֿאַרלאָרן איז אַנטרינונג פֿון מיר, קײנער פֿרעגט נישט אױף מײַן זעל.
6איך שרײַ צו דיר, ה׳, איך זאָג: ביסט מײַן באַשיצונג, מײַן טײל אין דעם לאַנד פֿון די לעבעדיקע.7פֿאַרנעם מײַן געשרײ, װאָרעם איך בין געפֿאַלן זײער; זײַ מיך מציל פֿון מײַנע נאָכיאָגער, װאָרעם זײ זײַנען שטאַרקער פֿון מיר.8צי אַרױס פֿון פֿעסטונג מײַן זעל, צו לױבן דײַן נאָמען; דורך מיר װעלן די צדיקים זיך קרײנען, אַז דו װעסט מיר גוטס טאָן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276