תְּהִלִּים19
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2די הימלען דערצײלן דעם כּבֿוד פֿון אֵל, און די װערק פֿון זײַנע הענט זאָגט דער הימלװעלב אָן.3אַ טאָג צו אַ טאָג רעדט אַ װאָרט, און אַ נאַכט צו אַ נאַכט גיט צו װיסן,4נישטאָ אַ װאָרט און נישטאָ קײן געשעענישן, װוּ זײער װידער-קֹול װערט נישט געהערט;5איבער דער גאַנצער ערד גײט אַרױס זײער קלאַנג, און ביז עק װעלט זײערע רײד. פֿאַר דער זון האָט ער געמאַכט אַ געצעלט אין זײ;6און ער גײט אַרױס װי אַ חתן פֿון זײַן קאַמער. ער פֿרײט זיך װי אַ גיבור צו לױפֿן דעם װעג.7פֿון עק פֿון די הימלען איז זײַן אױסגאַנג, און זײַן אַרומדרײ איז ביז זײערע עקן, און נישטאָ קײן פֿאַרבאָרגנס פֿון זײַן היץ.8די תּורה פֿון ה׳ איז גאַנץ, זי באַקערט די נשמה; דער צײגנים פֿון ה׳ איז זיכער, ער מאַכט קלוג דעם נאַרן.9די באַפֿעלן פֿון ה׳ זײַנען רעכטפֿאַרטיק, זײ דערפֿרײען דאָס האַרץ; דאָס געבאָט פֿון ה׳ איז לױטער, עס מאַכט ליכטיק די אױגן.10די מורא פֿאַר ה׳ איז רײן, זי באַשטײט אױף אײביק; די משפּטים פֿון ה׳ זײַנען אמת, זײ זײַנען אַלע גערעכט;11זײ זײַנען גלוסטיקער פֿון גאָלד, און פֿון גינגאָלד אַ סך, און זיסער פֿון האָניק, און טריפֿהאָניק.12אױך דײַן קנעכט װערט געװאָרנט אין זײ; אין היטן זײ איז גרױס שׂכַר פֿאַראַן.13פֿאַרזעען װער קען מערקן? פֿון פֿאַרבאָרגענע טו מיך רײניקן.14אױך פֿאַרמײַד דײַן קנעכט פֿון מוטװיליקע, זײ זאָלן נישט געװעלטיקן איבער מיר; דענצמאָל װעל איך גאַנץ זײַן, און װעל רײן זײַן פֿון פֿאַרברעך אַ סך.15זאָלן זײַן צו באַװיליקונג די װערטער פֿון מײַן מױל, און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן פֿאַר דיר, ה׳ מײַן פֿעלדז, און מײַן דערלײזער.
Artists for Israel International