תְּהִלִּים18

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון ה׳, פֿון דָוִדן, װאָס האָט גערעדט צו ה׳ די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער מאַכט פֿון שָאולן.2און ער האָט געזאָגט:1 איך האָב דיך ליב, ה׳ מײַן שטאַרקײט;3ה׳ איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען. מײַן אֵל איז מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים, מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף, מײַן טורעם.4איך רוף: ברוך ה׳! און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.
5אַרומגערינגלט האָבן מיך שטריק פֿון שְׁאֹול, און טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן.6שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגעקניפּט, אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.7האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו ה׳, און צו מײַן ג-ט האָב איך געשריִען; האָט ער געהערט פֿון זײַן הֵיכל מײַן קֹול, און מײַן געשרײ פֿאַר אים איז געקומען אין זײַנע אױערן.
8און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד, און די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג האָבן געציטערט; זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט.9אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז, און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט; קױלן האָבן געברענט פֿון אים.10און ער האָט גענײגט דעם הימל און גענידערט, מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס.11און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן, און געשװעבט אױף פֿליגלען פֿון װינט.12ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש זײַן באַהעלטעניש, זײַן בײַדל אַרום אים – אַ חושך פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע.13פֿון דעם שימער פֿאַר אים זײַנען זײַנע װאָלקנס צעגאַנגען אין האָגל און פֿײַערקױלן.14און געדונערט אין הימל האָט ה׳, און דער עליון האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול, מיט האָגל און פֿײַערקױלן.15און ער האָט אַרױסגעשיקט זײַנע פֿײַלן און זײ צעשפּרײט, און בליצן געשאָסן, און זײ פֿאַרטומלט.16און די גראָבנס פֿון װאַסערן האָבן זיך באַװיזן, און די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, פֿון דײַן אָנגעשרײ, ה׳, פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון דײַן נאָז.
17ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען, מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע.18ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט, און פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.19זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך, אָבער ה׳ איז מיר צום אָנלען געװען.20און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש, מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט.
21ה׳ האָט מיר פֿאַרגאָלטן לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט האָט ער מיר אומגעקערט.22װאָרעם איך האָב געהיט די װעגן פֿון ה׳, און נישט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן ג-ט.23װאָרעם אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר, און זײַנע חוקים טו איך נישט אָפּ פֿון מיר.24און איך בין געװען צו אים גאַנץ, און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט.25דערום האָט מיר ה׳ אומגעקערט לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט פֿאַר זײַנע אױגן.
26מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק, מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך.27מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן, און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט.28װאָרעם דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן, און הױכע אױגן דערנידערסטו.29װאָרעם דו מאַכסט לײַכטן מײַן ליכט; ה׳ מײַן ג-ט באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש.30װאָרעם מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה, און מיט מײַן ג-ט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.31הָאֵל – זײַן װעג איז גאַנץ; דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געלײַטערט; ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.
32װאָרעם װער איז אֱלוֹהַּ אױסער ה׳? און װער אַ פֿעלדז אַחוץ אלוקינו?33הָאֵל װאָס באַגורט מיך מיט שטאַרקײט, און מאַכט גלײַך מײַן װעג.34ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן, און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.35ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה, און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.36און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף, און דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער, און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.37האָסט דערברײטערט מײַן טריט אונטער מיר, און נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך.38איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ דערגרײכט, און זיך נישט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.39איך האָב זײ צעהאַקט, אַז זײ קענען נישט אױפֿשטײן; זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס.40און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה, האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר.41און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר, און מײַנע שָׂונאים, זײ האָב איך פֿאַרשניטן.42זײ האָבן געשריִען, און קײן העלפֿער איז נישט געװען, צו ה׳ – און ער האָט זײ נישט געענטפֿערט.43און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿאַרן װינט, װי גאַסנקױט זײ אַרױסגעװאָרפֿן.
44האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון פֿאָלק, האָסט מיך געמאַכט פֿאַר דעם קאָפּ פֿון די אומות; אַ פֿאָלק װאָס איך קען נישט טוט מיר דינען,45פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײ מיר; די קינדער פֿון פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר.46די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט, און זײ קומען ציטערנדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.
47עס לעבט ה׳, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז, און דערהױבן איז דער אלֹקים פֿון מײַן הילף;48הָאֵל װאָס גיט מיר נקמות און אונטערטעניקט די אומות אונטער מיר.49ער מאַכט מיך אַנטרינען פֿון מײַנע פֿײַנט; יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך, פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.50דערום לױב איך דיך, ה׳, צװישן די פֿעלקער, און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען.51ער גרײסט די ישועות פֿון זײַן מלך, און ער טוט חֶסֶד מיט זײַן געזאַלבטן, מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276