יְשַעְיָה49
1הערט מיר צו, איר אינדזלען, און פֿאַרנעמט, איר פֿעלקער פֿון דער װײַט: ה׳ האָט מיך פֿון טראַכט גערופֿן, פֿון מײַן מוטערס לײַב האָט ער מײַן נאָמען דערמאָנט.2און ער האָט געמאַכט מײַן מױל װי אַ שאַרפֿע שװערד, אין שאָטן פֿון זײַן האַנט האָט ער מיך באַהאַלטן; און ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ בלאַנקער פֿײַל, אין זײַן פֿײַלבײַטל האָט ער מיך פֿאַרבאָרגן.3און ער האָט צו מיר געזאָגט: מײַן קנעכט ביסטו, אָ יִשׂרָאֵל, װאָס איך רים זיך מיט דיר.4און איך האָב געװעסט געזאָגט: אומנישט האָב איך מיך געמיט, אױף נישט און ניװעץ האָב איך מײַן כּוֹח פֿאַרלענדט; אָבער מײַן משפּט איז בײַ ה׳, און מײַן לױן בײַ מײַן ג-ט.5און אַצונד האָט ה׳ געזאָגט – דער װאָס האָט מיך געפֿורעמט פֿון טראַכט פֿאַר אַ קנעכט צו אים – אומצוקערן צו זיך יעקבֿ, און יִשׂרָאֵל זאָל אײַנגעזאַמלט װערן צו אים; און איך בין געערט אין די אױגן פֿון ה׳, און מײַן ג-ט איז מײַן שטאַרקײט.6און ער האָט געזאָגט: קנאַפּ איז – װײַל דו ביסט מײַן קנעכט – אױפֿצוריכטן די שטאַמען פֿון יעקבֿ, און די צװײַגן פֿון יִשׂרָאֵל אומצוקערן; נאָר איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ ליכט פֿון די פֿעלקער. אַז מײַן הילף זאָל זײַן ביז צום עק פֿון דער ערד.7אַזױ האָט ה׳ געזאָגט, דער אױסלײזער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײַן הײליקער, צו דעם װאָס איז פֿאַראַכטעט אין זײַן נפֿש, צו דעם פֿאַרומװערדיקטן פֿון פֿעלקער, צו דעם קנעכט פֿון געװעלטיקער: מלכים װעלן זען און װעלן אױפֿשטײן, שׂרָרות – און װעלן זיך בוקן, פֿון װעגן ה׳ װאָס איז געטרײַ, דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָט דיך אױסדערװײלט.8אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אין צײַט פֿון באַװיליקונג טו איך דיר ענטפֿערן, און אין טאָג פֿון ישועה טו איך דיך העלפֿן; און איך װעל דיך היטן, און דיך מאַכן פֿאַר אַ ברית צו די אומות, כּדי דו זאָלסט אױפֿריכטן דאָס לאַנד, אַז דו זאָלסט זײ מאַכן ירשענען די װיסטע נַחלות;9צו זאָגן צו די געפֿאַנגענע: גײט אַרױס! צו די װאָס אין פֿינצטערניש: אַנטפּלעקט אײַך! בײַ די װעגן װעלן זײ זיך פֿיטערן, און אױף אַלע הױכע ערטער װעט זײַן זײער פֿיטערונג.10זײ װעלן נישט הונגערן און נישט דאָרשטן, און נישט פּלאָגן װעט זײ היץ און זון, װאָרעם זײער דערבאַרעמער װעט זײ באַלײטן, און בײַ קװאַלן װאַסער װעט ער זײ פֿירן.11און איך װעל מאַכן אַלע מײַנע בערג פֿאַר אַ װעג, און מײַנע שטעגן װעלן דערהײכט װערן.12זע, די װעלן קומען פֿון דער װײַטן, און זע, יענע פֿון צפֿון און פֿון מערבֿ, און די, פֿון לאַנד סינים.13זינגט, איר הימלען, און פֿרײ זיך, דו ערד, און ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג, װאָרעם ה׳ האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק, און זײַנע אָרימע טוט ער דערבאַרעמען.14און צִיוֹן האָט געזאָגט: פֿאַרלאָזן האָט מיך ה׳, און אֲדֹנָי האָט פֿאַרגעסן אָן מיר.15קען אַ פֿרױ פֿאַרגעסן איר ברוסטקינד, נישט צו דערבאַרעמען דעם זון פֿון איר לײַב? אַפֿילו די דאָזיקע זאָלן פֿאַרגעסן, װעל איך אָן דיר נישט פֿאַרגעסן.16זע, אױף די האַנטפֿלעכן האָב איך דיך אױסגעקריצט, דײַנע מױערן זײַנען תּמיד פֿאַר מיר.17אײַליק קומען דײַנע קינדער; דײַנע צעשטערער און דײַנע פֿאַרװיסטער װעלן אַרױס פֿון דיר.18הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע: זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, און קומען צו דיר. אַזױ װי איך לעב, זאָגט ה׳, אַז זײ אַלע װעסטו װי אַ צירונג אָנטאָן, און װעסט זײ אָנקניפּן אַזױ װי אַ כּלה;19װאָרעם דײַנע חורבֿות און דײַנע װיסטענישן, און דײַן לאַנד דאָס צעשטערטע – פֿאַר װאָר, װעסט אַצונד ענג זײַן פֿון װױנער, און דערװײַטערט װעלן זײַן דײַנע אומברענגער.20זאָגן װעלן נאָך אין דײַנע אױערן דײַנע אָנגעװאָרענע קינדער: ענג איז מיר דער אָרט, טרעט מיר אָפּ, איך זאָל קענען װױנען.21און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: װער האָט מיר די דאָזיקע געבאָרן? איך בין געװען אָן קינדער און עקרה, פֿאַרטריבן און פֿאַרװאָגעלט; און די דאָזיקע װער האָט אױפֿגעצױגן? זע, איך בין דאָך געבליבן אַלײן, די דאָזיקע װוּ זײַנען געװען?22אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך װעל אױפֿהײבן צו די פֿעלקער מײַן האַנט, און צו די אומות װעל איך אױפֿשטעלן מײַן פֿאָן, און זײ װעלן ברענגען דײַנע זין אין בוזעם, און דײַנע טעכטער װעלן אױפֿן אַקסל געטראָגן װערן.23און מלכים װעלן זײַן דײַנע דערציִער, און זײער שׂרָרהטעס דײַנע נאַס ניאַניע; מיטן פּנים צו דער ערד װעלן זײ זיך בוקן צו דיר, און דעם שטױב פֿון דײַנע פֿיס װעלן זײ לעקן; און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳, װאָס נישט פֿאַרשעמט װערן די װאָס האָפֿן צו מיר.24װערט אַװעקגענומען פֿון דעם גיבור דער רױב, צי װערט דער פֿאַנג פֿון דעם זיגער אַנטרונען?25פֿאַר װאָר, אַזױ זאָגט ה׳: אַפֿילו דער פֿאַנג פֿון דעם גיבור זאָל אַװעקגענומען װערן, און דער רױב פֿון דעם שטאַרקן זאָל אַנטרונען װערן, אָבער מיט דײַנע קריגער װעל איך קריגן, און דײַנע קינדער װעל איך העלפֿן.26און איך װעל מאַכן עסן דײַנע דריקער זײער פֿלײש, און װי טרױבנזאַפֿט װעלן זײ זײער בלוט שיכּורן; און אַלע לײַבער װעלן װיסן אַז איך ה׳ בין דײַן העלפֿער, און דײַן אױסלײזער גֹּואֵל איז דער מאַכטיקער פֿון יעקבֿ.
Artists for Israel International