יחֶזקֵאל48
1און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די שבֿטים: פֿון צפֿון-עק לעבן דעם װעג פֿון חֶתלון ביז מע קומט קײן חַמָת, חַצַר-עֵינָן בײַ דעם געמאַרק פֿון דַמֶשֶׂק צו צפֿון, לעבן חַמָת. און עס זאָל זײַן פֿון מזרח-זײַט צו מערבֿ פֿאַר דָן, אײן חלק.2און לעבן דעם געמאַרק פֿון דָן, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, אָשֵר, אײן חלק.3און לעבן דעם געמאַרק פֿון אָשֵר, פֿון מזרח-זײַט און ביז מערבֿ-זײַט, נַפֿתָּלי, אײן חלק.4און לעבן דעם געמאַרק פֿון נַפֿתָּלי, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, מנַשֶה, אײן חלק.5און לעבן דעם געמאַרק פֿון מנַשֶה, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, אפֿרים, אײן חלק.6און לעבן דעם געמאַרק פֿון אפֿרים, פֿון מזרח-זײַט און ביז מערבֿ-זײַט, ראובֿן, אײן חלק.7און לעבן דעם געמאַרק פֿון ראובֿן, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, יהוּדה, אײן חלק.8און לעבן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, זאָל זײַן די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט אָפּשײדן, פֿינף און צװאַנציק טױזנט שטאַנגען די ברײט, און די לענג אַזױ װי אײנער פֿון די חלקים, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט. און דאָס מִקדָש זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם.9די אָפּשײדונג װאָס איר װעט אָפּשײדן צו ה׳, זאָל זײַן די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און די ברײט צען טױזנט.10און פֿאַר די דאָזיקע, פֿאַר די כּהנים, זאָל די הײליקע אָפּשײדונג זײַן: צו צפֿון פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און צו מערבֿ צען טױזנט די ברײט, און צו מזרח צען טױזנט די ברײט, און צו דָרום פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג; און דאָס מִקדָש פֿון ה׳ זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם.11דער געהײליקטער טײל זאָל זײַן פֿאַר די כּהנים פֿון די קינדער פֿון צָדוֹק װאָס האָבן געהיט מײַן היטונג, װאָס האָבן נישט אַװעקגעבלאָנדזשעט, װען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט, אַזױ װי די לוִיִים האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט.12און עס זאָל זײַן אַן אָפּשײדונג פֿאַר זײ פֿון דער אָפּשײדונג פֿון דעם לאַנד – אַ הײליקײט פֿון הײליקײטן, לעבן דעם געמאַרק פֿון די לוִיִים.13און פֿאַר די לוִיִים, אַקעגן דעם געמאַרק פֿון די כּהנים, פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און די ברײט צען טױזנט; איטלעכע לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און די ברײט צען טױזנט.14און זײ זאָלן דערפֿון נישט פֿאַרקױפֿן, און מע זאָל נישט אױסבײַטן, און נישט איבערגעבן דאָס ערשטע פֿון דעם לאַנד, װאָרעם עס איז הײליק צו ה׳.15און די פֿינף טױזנט װאָס בלײַבן אין דער ברײט, פֿאַר לענג פֿון די פֿינף און צװאַנציק טױזנט, דאָס זאָל זײַן װאָכעדיק, פֿאַר אַ שטאָט צום װױנען, און פֿאַר אַ פֿרײַען פּלאַץ; און די שטאָט זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם.16און דאָס זײַנען אירע מאָסן; צפֿון-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און דָרום-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און פֿון מזרח-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און מערבֿ-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט.17און אַ פֿרײַער פּלאַץ זאָל זײַן צו דער שטאָט: צו צפֿון צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו דָרום צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו מזרח צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו מערבֿ צװײ הונדערט און פֿופֿציק.18און װאָס בלײַבט איבער אין דער לענג, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג, צען טױזנט צו מזרח, און צען טױזנט צו מערבֿ – דאָס װאָס איז אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג, זאָל דער אײַנקום דערפֿון זײַן פֿאַר ברױט פֿאַר די אַרבעטער פֿון דער שטאָט.19און די װאָס אַרבעטן אין דער שטאָט, זאָלן עס באַאַרבעטן – פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.20די גאַנצע אָפּשײדונג, פֿינף און צװאַנציק טױזנט אױף פֿינף און צװאַנציק טױזנט; פֿירעקעכדיק זאָלט איר אָפּשײדן די הײליקע אָפּשײדונג מיט דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט.21און דאָס איבעריקע זאָל זײַן פֿאַר דעם פֿירשט; פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג און פֿון דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, אַקעגן די פֿינף און צװאַנציק טױזנט פֿון דער אָפּשײדונג ביז דעם געמאַרק צו מזרח, און צו מערבֿ אַקעגן די פֿינף און צװאַנציק טױזנט ביז דעם געמאַרק צו מערבֿ, אַקעגן די חלקים, פֿאַר דעם פֿירשט; און די הײליקע אָפּשײדונג מיט דעם מִקדָש פֿון הױז זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם.22און דאָס אײגנטום פֿון די לוִיִים, און דאָס אײגנטום פֿון דער שטאָט, זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם װאָס פֿאַרן פֿירשט; צװישן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה און צװישן דעם געמאַרק פֿון בנימין זאָל זײַן פֿאַר דעם פֿירשט.23און די איבעריקע שבֿטים: פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, בנימין, אײן חלק.24און לעבן דעם געמאַרק פֿון בנימין, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, שמעון, אײן חלק.25און לעבן דעם געמאַרק פֿון שמעון, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, יִשׂשָׂכָר, אײן חלק.26און לעבן דעם געמאַרק פֿון יִשׂשָׂכָר, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, זבֿולון, אײן חלק.27און לעבן דעם געמאַרק פֿון זבֿולון, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, גָד, אײן חלק.28און לעבן דעם געמאַרק פֿון גָד, אין דָרום-זײַט צו דָרום, זאָל דער געמאַרק זײַן פֿון תָּמָר ביז די װאַסערן פֿון מריבֿת-קָדֵש, ביזן טײַך, ביז צום יַם-הַגָדול.29דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איר זאָלט אױסװאַרפֿן פֿאַר אַ נחלה צו די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס זײַנען זײערע אײַנטײלונגען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.30און דאָס זײַנען די אױסלאָזן פֿון דער שטאָט: פֿון צפֿון-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט שטאַנגען אױפֿן מאָס;31און די טױערן פֿון דער שטאָט זאָלן זײַן אױף די נעמען פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל; דרײַ טױערן צו צפֿון: דער טױער פֿון ראובֿן, אײנער; דער טױער פֿון יהוּדה, אײנער; דער טױער פֿון לֵוִי, אײנער.32און צו מזרח-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און דרײַ טױערן: דער טױער פֿון יוֹסף, אײנער; דער טױער פֿון בנימין, אײנער; דער טױער פֿון דָן, אײנער.33און אין דָרום-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט אױפֿן מאָס, און דרײַ טױערן: דער טױער פֿון שמעון, אײנער; דער טױער פֿון יִשׂשָׂכָר, אײנער; דער טױער פֿון זבֿולון, אײנער.34מערבֿ-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט; זײערע טױערן דרײַ: דער טױער פֿון גָד, אײנער; דער טױער פֿון אָשֵר, אײנער; דער טױער פֿון נַפֿתָּלי, אײנער.35רונד אַרום, אַכצן טױזנט. און דער נאָמען פֿון דער שטאָט זאָל זײַן פֿון יענעם טאָג: ה׳ איז דאָרטן.
Artists for Israel International