זְכַרְיָה6
1און איך האָב װידער אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר רײַטװעגן גײען אַרױס פֿון צװישן צװײ בערג, און די בערג זײַנען קופּערנע בערג.2אין ערשטן רײַטװאָגן רױטע פֿערד, און אין צװײטן רײַטװאָגן שװאַרצע פֿערד,3און אין דריטן רײַטװאָגן װײַסע פֿערד, און אין פֿירטן רײַטװאָגן געשפּרענקלטע ברױנע פֿערד.4האָב איך זיך אָפּגערופֿן און האָב געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר?5האָט דער מלאך געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו מיר: די דאָזיקע זײַנען די פֿיר װינטן פֿון הימל, נאָך דעם װי זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד.6דער װאָס אין אים זײַנען די שװאַרצע פֿערד גײט אַרױס צום לאַנד פֿון צפֿון, און די װײַסע זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך זײ, און די געשפּרענקלטע זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון דָרום.7אױך די ברױנע זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געװאָלט גײן אומװאַנדערן איבער דער ערד; האָט ער געזאָגט: גײט װאַנדערט אום איבער דער ערד. און זײ האָבן אומגעװאַנדערט איבער דער ערד.8און ער האָט צוגעשריען צו מיר, און האָט גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: זע, די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון צפֿון, האָבן באַרוט מײַן רוּחַ אין לאַנד פֿון צפֿון.9און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:10נעם פֿון די גלות-לײַט, פֿון כֶלדַין, פֿון טוֹבֿיָהן, און פֿון ידַעְיָהן, װאָס זײַנען געקומען פֿון בָבֿל, און זאָלסט גײן אין דעם אײגענעם טאָג, און קומען אין הױז פֿון יֹאשִיָה דעם זון פֿון צפַֿניָהן –11זאָלסט נעמען זילבער און גאָלד, און מאַכן קרױנען, און אָנטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון יְהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כּהן-גָדול.12און זאָלסט זאָגן צו אים, אַזױ צו זאָגן:
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: אָט איז דעם מאַן װאָס זײַן נאָמען איז צֶמַח, און װאָס װעט אַרױסשפּראָצן פֿון זײַן אָרט, און ער װעט בױען דעם הֵיכל פֿון ה׳.13יאָ, ער װעט בױען דעם הֵיכל פֿון ה׳, און ער װעט טראָגן דעם גלאַנץ, און װעט זיצן און געװעלטיקן אױף זײַן טראָן, און אַ כּהן װעט זײַן בײַ זײַן טראָן; און אַ פֿרידלעכע באַראָטונג װעט זײַן צװישן זײ בײדן.14און די קרױנען זאָלן זײַן חֵלֶמען, און טוֹבֿיָהן, און ידַעְיָהן, און *חֵן דעם זון פֿון צפַֿניָהן, פֿאַר אַ געדעכעניש אין דעם הֵיכל פֿון ה׳.15און װײַטע װעלן קומען, און װעלן בױען אין דעם הֵיכל פֿון ה׳; און איר װעט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו אײַך. און עס װעט זײַן, אױב הערן װעט איר צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם.

Artists for Israel International