זְכַרְיָה4
1און דער מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר, האָט זיך אומגעקערט, און ער האָט מיך אױפֿגעװעקט, אַזױ װי אַ מענטש װערט אױפֿגעװעקט פֿון זײַן שלאָף.2און ער האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: איך האָב געזען, ערשט אַ מנוֹרה, אין גאַנצן פֿון גאָלד, און אױבן בײַ איר אַ בעקן, און אירע זיבן לעמפּלעך אױף איר, מיט זיבן, יאָ זיבן רערן צו די לעמפּלעך װאָס בײַ איר אױבן.3און צװײ אײלבערטבײמער לעבן איר, אײנער פֿון דער רעכטער זײַט פֿון דעם בעקן, און אײנער פֿון זײַן לינקער זײַט.4און איך האָב זיך אָפּגערופֿן און האָב געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר?5האָט געענטפֿערט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, און האָט געזאָגט צו מיר: װײסטו נישט װאָס די דאָזיקע זײַנען? האָב איך געזאָגט: נײן, מײַן האַר.6האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו זרובבֿלן, אַזױ צו זאָגן:
נישט מיט חיל און נישט מיט כּוֹח, נאָר מיט מײַן גײַסט, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.7װער ביסטו, גרױסער באַרג? פֿאַר זרובבֿלן װעסטו װערן אַ גלײַכער פּלאַץ; און ער װעט אַרױסברענגען דעם קאָפּשטײן מיט געשרײען: חן, חן צו אים!8און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:9די הענט פֿון זרובבֿלן האָבן געגרונטפֿעסט דאָס דאָזיקע הױז, און זײַנע הענט װעלן עס ענדיקן, און װעסט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו אײַך.10װאָרעם װער נאָר עס האָט פֿאַראַכט דעם טאָג פֿון קלײנע אָנהײבן, זײ װעלן זיך פֿרײען אַז זײ װעלן זען דאָס בלײַשנור אין זרובבֿלס האַנט. די דאָזיקע זיבן דאָס זײַנען די אױגן פֿון ה׳ װאָס װאַנדערן איבער דער גאַנצער ערד.11האָב איך זיך אָפּגערופֿן און האָב צו אים געזאָגט: װאָס זײַנען די דאָזיקע צװײ אײלבערטבײמער אױף דער רעכטער זײַט פֿון דער מנוֹרה און אױף איר לינקער זײַט?12און איך האָב זיך אָפּגערופֿן אַ צװײט מאָל און האָב געזאָגט צו אים: װאָס זײַנען די צװײ אײלבערטצװײַגן װאָס לעבן די צװײ גילדערנע גיסרערן װאָס לײדיקן אַרױס פֿון זיך דאָס גילדערנע בױמל?13האָט ער געזאָגט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: װײסטו נישט װאָס די דאָזיקע זײַנען? האָב איך געזאָגט: נײן, מײַן האַר.14האָט ער געזאָגט: דאָס זײַנען די צװײ געזאַלבטע װאָס שטײען לעבן דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד.

Artists for Israel International