שִיר הַשִירִים7

1קער צוריק, קער צוריק, שולַמית, קער צוריק, קער צוריק, מיר זאָלן דיך אָנקוקן.
װאָס װעט איר זען אין שולַמית? אַזױ װי אַ טאַנץ אין צװײ רײען.
2װי שײן דײַנע טריט אין סאַנדאַלן, דו פֿירשטלעכע טאָכטער! דײַנע רונדע דיכן װי צירונג געמאַכט פֿון די הענט פֿון אַ קינצלער.3דײַן נאָפּל אַ בעכער אַ רונדער; עס פֿעלט נישט דער מישװײַן. דײַן בױך אַ הױפֿן װײץ מיט ליליען באַזױמט.4דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך, צװילינגס פֿון אַ הירשין.5דײַן האַלדז װי אַ טורעם פֿון עלפֿנבײן; – דײַנע אױגן – די טײַכן אין חֶשבוֹן בײַם טױער פֿון בת-רַבים; דײַן נאָז װי דער טורעם פֿון לבֿנוֹן װאָס קוקט צו דַמֶשֶׂק.6דײַן קאָפּ אױף דיר װי דער כַּרמֶל, און די לאָקן פֿון דײַן קאָפּ אַזױ װי פּורפּל; אַ מלך איז אין די פֿלעכטן פֿאַרקניפּט.
7װי שײן ביסטו און װי זיס ביסטו, געליבטע, אין תּענוגים!8דער דאָזיקער װוּקס דײַנער איז געגליכן צו אַ טײטלבױם, און די בריסט דײַנע צו הענגלעך טרױבן.9איך האָב געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן צום טײטלבױם, און װעל אָננעמען זײַנע צװײַגן; און דײַנע בריסט זאָלן זײַן אַזױ װי הענגלעך פֿון װײַנשטאָק, און דער רֵיח פֿון דײַן פּנים װי עפּל;10און דײַן גומען װי װײַן גוטער װאָס גײט גלאַטיק אַראָפּ מײַן געליבטן, װאָס מאַכט רעדן די ליפּן פֿון שלאָפֿיקע.
11איך בין מײַן געליבטנס, און צו מיר איז זײַן געלוסט.
12קום, געליבטער מײַן, לאָמיר אַרױסגײן אין פֿעלד, לאָמיר נעכטיקן צװישן די ציפּערבלומען.13לאָמיר זיך פֿעדערן צו די װײַנגערטנער, לאָמיר זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק, אױב געעפֿנט האָבן זיך די קװײטן, אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען; דאָרטן װעל איך געבן מײַן ליבשאַפֿט צו דיר.14די ליבעפּעלעך גיבן אַרױס אַ רֵיח, און פֿאַר אונדזערע טירן זײַנען אַלערלײ טײַערע פֿרוכט, נײַע און אַלטע, װאָס איך האָב באַהאַלטן פֿאַר דיר, מײַן געליבטער.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276