שִיר הַשִירִים1
1דאָס געזאַנג פֿון געזאַנגען, װאָס פֿון שלמהן.2קושן זאָל ער מיך מיט די קושן פֿון זײַן מױל; װאָרעם בעסער פֿון װײַן איז דײַן ליבשאַפֿט.3װױל צום גערוך זײַנען דײַנע אײלן, געקלערטע בױמל איז דײַן נאָמען, דערום האָבן יונגפֿרױען דיך ליב.4צי מיך נאָך דיר, לאָמיר לױפֿן! – זאָל דער מלך מיך ברענגען אין זײַנע קאַמערן.
מיר װעלן זײַן לוסטיק און פֿרײלעך מיט דיר, מיר װעלן לױבן דײַן ליבשאַפֿט מערער פֿון װײַן. אמת ליב האָט מען דיך.5שװאַרץ בין איך, אָבער שײן, טעכטער פֿון ירושָלַיִם, װי די געצעלטן פֿון קֵדָר, װי די פֿאָרהאַנגען שלמהס.6נישט קוקט מיך אָן װאָס איך בין שװאַרצלעך, װאָרעם די זון האָט מיך אָפּגעברענט. די זין פֿון מײַן מוטער האָבן געצערנט אױף מיר, זײ האָבן מיך געמאַכט אַ היטערין פֿון די װײַנגערטנער; מײַן אײגענעם װײַנגאָרטן האָב איך נישט אָפּגעהיט.7זאָג מיר דו װעמען מײַן זעל האָט ליב, װוּ פֿיטערסטו, װוּ מאַכסטו הױערן אין מיטן טאָג? װאָרעם נאָך װאָס זאָל איך זײַן װי אַן אַרומטרײַבערין בײַ די סטאַדעס פֿון דײַנע חבֿרים?8אױב דו װײסט עס דיר נישט, דו שענסטע פֿון פֿרױען, גײ דיר אַרױס אין די טריט פֿון די שאָף, און פֿיטער דײַנע ציקעלעך בײַ די פּאַסטוכגעצעלטן.9צו אַ פֿערדין אין פַּרעהס רײַטװאָגן האָב איך דיך געגליכן, געליבטע מײַן.10שײן זײַנען דײַנע באַקן אין די קײטלעך, דײַן האַלדז אין די שנורן.11גילדערנע קײטלעך דיר װעלן מיר מאַכן, מיט פּינטלעך פֿון זילבער.12בעת דער מלך איז געװען אױף זײַן הֶסב-בעט, האָט מײַן נאַרד געגעבן זײַן רֵיח.13אַ בינטל מירע װאָס רוט צװישן מײַנע בריסט, איז מײַן געליבטער מיר.14אַ הענגל ציפּערבלומען אין עֵין-גֶדיס װײַנגערטנער איז מײַן געליבטער מיר.15ביסט שײן, געליבטע מײַן, ביסט שײן, דײַנע אױגן זײַנען טױבן.16ביסט שײן געליבטער מײַן, און ליבלעך, גרין אױך איז אונדזער געלעגער;17אונדזערע הױזבאַלקנס צעדערן, אונדזערע װאַנטברעטער ציפּרעסן.

Artists for Israel International