תְּהִלִּים95
1קומט, לאָמיר זינגען צו ה׳, לאָמיר שאַלן צום פֿעלדז פֿון אונדזער הילף.2לאָמיר קומען פֿאַר זײַן פּנים מיט דאַנק, מיט געזאַנגען לאָמיר שאַלן צו אים.3װאָרעם אַ גרױסער אֵל איז ה׳, און אַ גרױסער מלך איבער אַלע ג‑טער,4װאָס אין זײַן האַנט זײַנען די גרונטן פֿון דער ערד, און די הײכן פֿון די בערג זײַנען זײַנע;5װאָס דער ים איז זײַנער, און ער האָט אים געמאַכט; און די יבשה האָבן געפֿורעמט זײַנע הענט.6קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן, לאָמיר קניִען פֿאַר ה׳ אונדזער באַשעפֿער.7װאָרעם ער איז אלוקינו, און מיר דאָס פֿאָלק פֿון זײַן פֿיטערונג, און די שאָף פֿון זײַן האַנט; װען איר װאָלט הײַנט צוהערן צו זײַן קֹול!8מאַכט נישט האַרט אײַער האַרץ װי בײַ מריבֿה, װי אין טאָג פֿון מַסָה אין דער מדבר,9בעת אײַערע עלטערן האָבן מיך געפּרוּװט, מיך פּראָבירט, הגם זײ האָבן געזען מײַן װערק.10פֿערציק יאָר האָב איך מיך געעקלט מיטן דור, און האָב געזאָגט: אַ פֿאָלק מיט פֿאַרפֿירטע הערצער זײַנען זײ, און זײ װײסן נישט מײַנע װעגן;11װאָס דערום האָב איך געשװאָרן אין מײַן צאָרן, אױב זײ װעלן קומען אין מײַן רוּונג!
Artists for Israel International