תְּהִלִּים84
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור.2װי ליבלעך זײַנען דײַנע װױנונגען, ה׳ צבָֿאוֹת!3מײַן זעל גאַרט און גײט אױס נאָך די הױפֿן פֿון ה׳; מײַן האַרץ און מײַן לײַב זינגען צום לעבעדיקן אֵל.4אַפֿילו אַ שפּערל געפֿינט אַ הײם, און אַ שװאַלב אַ נעסט פֿאַר זיך, װוּ זי טוט אַהין אירע יונגע, בײַ דײַנע מזבחות, ה׳ צבָֿאוֹת, מײַן קיניג און מײַן ג-ט.5װױל צו די װאָס זיצן אין דײַן הױז; תּמיד װעלן זײ דיך לױבן. סֶלָה.6װױל צו די מענטשן װאָס זײער שטאַרקײט איז אין דיר, װאָס דײַנע װעגן זײַנען אין זײער האַרצן.7דורכגײענדיק דעם טאָל בָכאָ, מאַכן זײ אים פֿאַר אַ קװאַל; יאָ, אַ פֿרירעגן באַקלײדט אים מיט ברכות.8זײ גײען פֿון שטאַרקײט צו שטאַרקײט, זײ װײַזן זיך פֿאַר אלֹקים אין צִיוֹן.9ה׳ דו אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, הער צו מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם, דו אלוקי יעקבֿ. סֶלָה.10אלֹקים אונדזער שילד, זע, און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.11װאָרעם בעסער אַ טאָג אין דײַנע הױפֿן אײדער טױזנט; איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן בײַם שװעל אין הױז פֿון מײַן ג-ט, אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט.12װאָרעם אַ זון און אַ שילד איז ה׳ אלֹקים, חן און כּבֿוד גיט ה׳; ער פֿאַרמײַדט נישט קײן גוטס פֿון די װאָס גײען אין ערלעכקײט.13ה׳ צבָֿאוֹת, װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.
Artists for Israel International