תְּהִלִּים80

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים-עדות; פֿון אָסָפֿן אַ מיזמור.2דו פּאַסטוך פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַרנעם; דו װאָס פֿירסט אַזױ װי שאָף יוֹסף, דו װאָס זיצסט איבער די כּרובֿים, שײַן אַרױס.3פֿאַרױס פֿאַר אפֿרים און בנימין און מנַשֶה דערװעק דײַן גבֿורה, און קום אונדז צו הילף.
4אלֹקים, ריכט אונדז װידער אױף, און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.
5ה׳ דו אלֹקים צבָֿאוֹת, ביז װאַנען װעסטו צערענען אױף דער תּפֿילה פֿון דײַן פֿאָלק?6האָסט זײ געשפּײַזט מיט ברױט פֿון טרערן, און זײ געמאַכט טרינקען עמערסװײַז טרערן.7מאַכסט אונדז צום שטרײַט בײַ אונדזערע שכנים, און אונדזערע שָׂונאים לאַכן זיך אָן.
8אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, ריכט אונדז װידער אױף, און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.
9אַ װײַנשטאָק האָסטו אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם, האָסט פֿאַרטריבן פֿעלקער, און אים אײַנגעפֿלאַנצט.10האָסט אָפּגעראַמט פֿאַר אים, און ער האָט אײַנגעװאָרצלט זײַנע װאָרצלען, און אָנגעפֿילט דאָס לאַנד.11די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן פֿון זײַן שאָטן, און זײַנע צװײַגן זײַנען געװען צעדערן פֿון אֵל.12ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַנע ריטער ביז צום ים, און ביז צום טײַך זײַנע שפּראָצן.13פֿאַר װאָס האָסטו צעבראָכן זײַנע צאַמען, אַז אַלע װעגגײער זאָלן אים אַרומקלײַבן?14דער חזר פֿון װאַלד פֿרעסט אים אָפּ, און די װידמענונג פֿון פֿעלד פֿיטערט זיך אױף אים.
15אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, קער זיך אום, איך בעט דיך, לוג פֿון הימל און זע, און גיב אַכט אױפֿן דאָזיקן װײַנשטאָק,16און באַפֿעסטיק דאָס װאָס דײַן רעכטע האָט אײַנגעפֿלאַנצט, און דערהײב דעם צװײַג װאָס דו האָסט דיר שטאַרק געמאַכט.17ער איז פֿון פֿײַער פֿאַרברענט, ער איז אָפּגעשניטן; פֿון דעם בײזער פֿון דײַן פּנים גײען זײ אונטער.18זאָל דײַן האַנט זײַן אױף דעם מאַן פֿון דײַן רעכטער האַנט, אױף דעם מענטשנקינד װאָס דו האָסט דיר שטאַרק געמאַכט,19אַז מיר זאָלן זיך נישט אָפּקערן פֿון דיר; זאָלסט אונדז אױפֿלעבן, אַז מיר רופֿן דײַן נאָמען.
20ה׳ דו אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, ריכט אונדז װידער אױף, דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276