תְּהִלִּים73

1אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.1 פֿאַר װאָר, אלֹקים איז גוט צו יִשׂרָאֵל, צו די װאָס האָבן אַ רײן האַרץ.2און איך – מײַנע פֿיס האָבן כּמעט זיך געבײגט, שיִער זיך נישט אױסגעגליטשט האָבן מײַנע טריט.3װאָרעם איך האָב מקנא געװען די מוטװיליקע, אַז דאָס גליק פֿון די רשעים פֿלעג איך זען.
4װאָרעם זײ האָבן נישט קײן יסורים, און זײער לײַב איז געזונט.5די מאַטערניש פֿון לײַטן האָבן זײ נישט, און זײ װערן נישט געפּלאָגט אַזױ װי מענטשן.6דערום איז גאװה זײער האַלדזבאַנד, װי אַן אָנטועכץ װיקלט זײ אײַן אומרעכט.7פֿון פֿעטס קריכן אַרױס זײערע אױגן, די פֿאַרװעלענישן פֿון האַרצן לױפֿן איבער.8זײ שפּעטן און רעדן מיט בײזקײט רױב, פֿון אױבן אַראָפּ רעדן זײ.9זײ שטעלן אָן קעגן הימל זײער מױל, און זײער צונג גײט אום אױף דער ערד.10דערום קערט זיך זײַן פֿאָלק אַהין צו, װאָרעם װאַסער פֿון שפֿע װערט געזופּט בײַ זײ.11און זײ זאָגן: װי קען אֵל װיסן? און: איז דען דאָ װיסן בײַם עליון אױבערשטער?12זע, דאָס זײַנען די רשעים, און אײביק בשלװה, מערן זײ גוטס.13בלױז אומנישט האָב איך געלײַטערט מײַן האַרץ, און געװאַשן אין רײנקײט מײַנע הענט;14װאָרעם איך בין געװען געפּלאָגט אַ גאַנצן טאָג, און אַלע פֿרימאָרגן איז געװען מײַן שטראָף.
15אַז איך װאָלט געזאָגט: איך װעל רעדן אַזױ, װאָלט איך דאָך אָן דעם דור פֿון דײַנע קינדער געפֿעלשט.16אָבער אַז איך האָב זיך פֿאַרטראַכט דאָס צו פֿאַרשטײן, איז דאָס געװען אומרעכט אין מײַנע אױגן.17ביז איך בין געקומען אין די הײליקטומען פֿון אֵל: האָב איך פֿאַרשטאַנען זײער סוף.
18פֿאַר װאָר, אױף אַ גליטש שטעלסטו זײ, װאַרפֿסט זײ אַראָפּ צום אונטערגאַנג.19װי װערן זײ צו װיסט אין אַ רגע! זײ עקן זיך, זײ װערן פֿאַרלענדט פֿון שרעקענישן.20װי אַ חלום אַז מע כאַפּט זיך אױף, אַזױ, אֲדֹנָי, װאַכנדיק, פֿאַראַכטסטו זײער בילד.21יאָ, מײַן האַרץ פֿלעגט זײַן פֿאַרזױערט, און אין די נירן פֿלעגט מיר שטעכן;22װײַל איך בין געװען פֿאַרגרעבט, און פֿלעג נישט װיסן; װי אַ בהמה בין איך געװען פֿאַר דיר.
23אָבער איך בין תּמיד בײַ דיר, דו האַלטסט מיך בײַ דער רעכטער האַנט.24מיט דײַן עצה װעסטו מיך פֿירן, און צו כּבֿוד װעסטו מיך ברענגען.25װעמען נאָך האָב איך אין הימל? און צו דיר באַגער איך נישט קײנעם אױף דער ערד.26מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס, דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק אלֹקים.
27װאָרעם, זע, די װײַטע פֿון דיר װעלן אונטערגײן, דו פֿאַרשנײַדסט איטלעכן װאָס קערט זיך אָפּ פֿון דיר פֿאַר הורדום.28אָבער איך – די נאָנטקײט פֿון אלֹקים איז מײַן גוטס, איך האָב געמאַכט אין אֲדֹנָי ה׳ מײַן באַשיצונג, כּדי צו דערצײלן װעגן אַלע דײַנע װערק.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276