תְּהִלִּים67
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור, אַ געזאַנג.2אלֹקים זאָל אונדז לײַטזעליקן און אונדז בענטשן, ער זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים אױף אונדז, סֶלָה,3כּדי מע זאָל װיסן אױף דער ערד דײַן װעג, צװישן אַלע פֿעלקער דײַן ישועה.4לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, אָ אלֹקים, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.5זיך פֿרײען און זינגען װעלן די אומות, װאָרעם דו משפּטסט די פֿעלקער מיט יושר, און די אומות, זײ פֿירסטו אױף דער ערד. סֶלָה.6לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, אָ אלֹקים, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.7די ערד גיט איר פֿרוכט, בענטשן װעט אונדז אלֹקים אלוקינו,8בענטשן װעט אונדז אלֹקים און אים װעלן פֿאָרכטן אַלע עקן פֿון דער ערד.
Artists for Israel International