תְּהִלִּים4

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2אַז איך רוף, ענטפֿער מיר, דו ג-ט פֿון מײַן גערעכטער; אין ענגעניש זאָלסטו מיר דערברײטערן; לײַטזעליק מיך, און הער צו מײַן תּפֿילה.
3איר מענטשנקינדער, ביז װאַנען װעט מײַן כּבֿוד צו שאַנד זײַן, װעט איר ליב האָבן נישטיקײט, װעט איר זוכן ליגן? סֶלָה.4אָבער זײַט װיסן, אַז ה׳ שײדט אָפּ זײַן פֿרומען, ה׳ װעט הערן אַז איך װעל רופֿן צו אים.5ציטערט און איר זאָלט נישט זינדיקן, באַקלערט אין אײַער האַרצן אױף אײַער געלעגער, און װערט אַנטשװיגן. סֶלָה.6שלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט, און פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳.
7פֿיל זאָגן: װער װעט אונדז װײַזן גוטס? ה׳, הײב דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים אױף אונדז.8האָסט מיר געגעבן מער שׂימחה אין האַרצן, װי בעת זײער תּבֿואה און זײער װײַן זײַנען פֿיל.9בשלום װי איך לײג זיך אַזױ שלאָף איך אײַן, װאָרעם דו ה׳ מאַכסט מיך װױנען באַזונדער אין זיכערקײט.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276