תְּהִלִּים32
1פֿון דָוִדן אַ באַטראַכטונג.1װױל צו דעם װאָס זײַן פֿאַרברעך איז פֿאַרגעבן, װאָס זײַן חטא װערט פֿאַרדעקט.2װױל צו דעם מענטשן װאָס ה׳ רעכנט אים נישט קײן זינד, און אין זײַן גײַסט איז נישטאָ קײן באַטרוג.3אַז איך האָב געשװיגן, האָבן מײַנע בײנער געפֿױלט, פֿון מײַן קרעכצן אַ גאַנצן טאָג.4װאָרעם טאָג און נאַכט פֿלעגט שװער זײַן אױף מיר דײַן האַנט, מײַן זאַפֿט איז פֿאַרביטן געװאָרן װי אין פֿאַרטריקנטע זומעראױפּס. סֶלָה.5האָב איך דיך געלאָזט װיסן מײַן חטא, און מײַן זינד האָב איך נישט פֿאַרדעקט. איך האָב געזאָגט: איך װעל זיך מודה זײַן אױף מײַנע פֿאַרברעכן צו ה׳; און דו האָסט פֿאַרגעבן די שולד פֿון מײַן זינד. סֶלָה.6אױף דעם זאָל איטלעכער פֿרומער מתפּלל זײַן צו דיר, אין דער צײַט װאָס מע קען דיך געפֿינען: אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער, זאָלן זײ צו אים אָבער נישט דערגרײכן.7דו ביסט מײַן פֿאַרבאָרגעניש, פֿון דעם פֿײַנט באַהיטסטו מיך; מיט געזאַנגען פֿון אַנטרינונג רינגלסטו מיך אַרום. סֶלָה.8איך װעל דיך קלוג מאַכן און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן, איך װעל האַלטן מײַן אױג אױף דיר.9איר זאָלט נישט זײַן װי אַ פֿערד, װי אַ מױלאײזל, אָן פֿאַרשטאַנד, װאָס מיט צאַם און געביס מוז מען אײַנהאַלטן זײַן אימפּעט, אַז מע זאָל נישט קענען גענענען צו דיר.10פֿיל װײטאָגן האָט דער רשע, אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, אים װעט אַרומרינגלען גענאָד.11פֿרײט זיך מיט ה׳, און זײַט לוסטיק, צדיקים, און זינגט, אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.
Artists for Israel International