תְּהִלִּים26
1פֿון דָוִדן.1טו מיר רעכט, ה׳, װאָרעם איך בין געגאַנגען אין מײַן ערלעכקײט, און איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף ה׳, זיך נישט געװאַקלט.2פּרוּװ מיך, ה׳, און פּרוביר מיך, לײַטער מײַנע נירן און מײַן האַרץ.3װאָרעם דײַן חֶסֶד איז פֿאַר מײַנע אױגן, און איך גײ אין דײַן אמת.4איך בין נישט געזעסן מיט פֿאַלשע מענטשן, און מיט פֿאַרשטעלטע קום איך נישט צונױף.5איך האָב פֿײַנט דאָס געזעמל פֿון שלעכטסטוער, און מיט רשעים טו איך נישט זיצן.6איך װאַש אין רײנקײט מײַנע הענט, און איך גײ אַרום דײַן מזבח, ה׳,7צו לאָזן הערן אַ קֹול פֿון דאַנק, און צו דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.8ה׳, איך האָב ליב די װױנונג פֿון דײַן הױז, און דעם אָרט פֿון דער רוּונג פֿון דײַן כּבֿוד.9זאָלסט נישט אײַנטאָן מיט זינדיקע מײַן זעל, און מיט בלוטיקע לײַט מײַן לעבן,10װאָס אין זײערע הענט איז ליסטיקײט, און זײער רעכטע איז פֿול שוחד.11אָבער איך גײ אין מײַן ערלעכקײט; לײז מיך אױס, און לײַטזעליק מיך.12װען מײַן פֿוס שטײט אױף גלײַכן, װעל איך אין געזעמלען לױבן ה׳.
Artists for Israel International