תְּהִלִּים2

1פֿאַר װאָס רודערן די פֿעלקער, און די אומות טוען ברומען אומנישט?2די מלכים פֿון דער ערד שטעלן זיך אױף, און די פֿירשטן עצהן זיך אין אײנעם אױף ה׳ און אױף זײַן געזאַלבטן:3לאָמיר צערײַסן זײערע בינד, און אַראָפּװאַרפֿן פֿון אונדז זײערע שטריק.4דער װאָס זיצט אין הימל לאַכט, אֲדֹנָי טוט שפּעטן פֿון זײ.5דענצמאָל װעט ער רעדן צו זײ אין זײַן כּעס, און אין זײַן גרימצאָרן װעט ער זײ דערשרעקן:6דאָס האָב איך דאָך אױפֿגעשטעלט מײַן מלך אױף צִיוֹן מײַן הײליקן באַרג.
7לאָמיר דערצײלן פֿון דער באַשערונג: ה׳ האָט מיר געזאָגט: מײַן זון ביסטו, איך האָב הײַנט דיך געבאָרן.8בעט בײַ מיר, און איך װעל געבן פֿעלקער פֿאַר דײַן אַרב, און פֿאַר דײַן אײגנטום די עקן פֿון דער ערד.9װעסט זײ צעברעכן מיט אַן אײַזערנער רוט, װי אַ טעפּערגעפֿעס זײ צעפּיצלען.
10און אַצונד, איר מלכים, באַטראַכט, לאָזט אײַך לערנען, איר ריכטער פֿון דער ערד.11דינט ה׳ מיט מורא, און שױדערט אין ציטערניש.12קישט דעם זון, כּדי ער זאָל נישט צערענען, און איר װעט אומקומען פֿון דעם װעג, אַז זײַן כּעס װעט זיך אָנצינדן באַלד;
װױל איז צו אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276