תְּהִלִּים15

1אַ מיזמור פֿון דָוִדן.1 ה׳, װער קען װױנען אין דײַן געצעלט? װער קען רוען אױף דײַן הײליקן באַרג?
2דער װאָס גײט ערלעך און טוט גערעכטיקײט, און רעדט אמת אין זײַן האַרצן;3נישט געטראָגן קײן רכילות אױף זײַן צונג, נישט געטאָן זײַן חבֿר קײן רָעה, און נישט טראָגן קײן שאַנד אױף זײַן נאָנטן;4דער ניבֿזה איז פֿאַראַכט אין זײַנע אױגן, און די יראי ה׳ גיט ער כּבֿוד; ער האָט געשװאָרן זיך צום בײזן, און ענדערט נישט;5זײַן געלט האָט ער נישט געגעבן אױף צינדזן, און שוחד קעגן אַן אומשולדיקן נישט גענומען;
דער װאָס טוט דאָס װעט קײן מאָל נישט אומפֿאַלן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276