תְּהִלִּים140
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2דערלײז מיך, ה׳, פֿון דעם שלעכטן מענטשן, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;3די װאָס טראַכטן בײז אין האַרצן, אַלע טאָג העצן זײ מלחמות.4זײ שאַרפֿן זײער צונג װי אַ שלאַנג, גיפֿט פֿון אַן אָטערשלאַנג איז אונטער זײערע ליפּן. סֶלָה.5היט מיך, ה׳, פֿון די הענט פֿון דעם רשע, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן; די װאָס טראַכטן אומצושטױסן מײַנע טריט.6די האָפֿערדיקע האָבן מיר אַ פּאַסטקע אונטערגעלײגט, און שטריק, זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ נעץ לעבן שטעג, שטרױכלונגען האָבן זײ מיר געשטעלט. סֶלָה.7איך זאָג צו ה׳: מײַן ג-ט ביסט דו; פֿאַרנעם, ה׳, דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.8ה׳ דו אֲדֹנָי, די שטאַרקײט פֿון מײַן הילף, האָסט באַשירעמט מײַן קאָפּ אין טאָג פֿון באַװאָפֿענונג;9זאָלסט נישט געבן, ה׳, די באַגערן פֿון דעם רשע, זײַן כּװנה זאָלסטו נישט לאָזן אױספֿירן, אַז זײ זאָלן זיך דערהײבן. סֶלָה.10דאָס גיפֿט פֿון מײַנע אַרומרינגלער, דאָס אומגליק פֿון זײערע ליפּן זאָל זײ אַלײן צודעקן.11זאָלן פֿאַלן אױף זײ קױלן, אין פֿײַער זאָל ער זײ װאַרפֿן, אין גריבער, אַז זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן.12דער צונגמענטש זאָל נישט באַשטײן אױף דער ערד, דעם בײזן רױבמענטשן, אים זאָל ער יאָגן צו פֿאַרשטױסונג.13איך װײס אַז ה׳ װעט טאָן דאָס רעכט פֿון דעם אָרעמאַן, די גערעכטיקײט פֿון די באַדערפֿטיקע.14פֿאַר װאָר, די צדיקים װעלן דאַנקען דײַן נאָמען, די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זיצן פֿאַר דײַן פּנים.
Artists for Israel International