תְּהִלִּים133

1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן1 זע, װי גוט און װי ליב איז דאָס זיצן פֿון ברידער בײַנאַנד.2אַזױ װי טײַער אײל אױפֿן קאָפּ, װאָס נידערט אַראָפּ אױף דער באָרד – אױף דער באָרד פֿון אַהרֹנען, װאָס נידערט אױפֿן קאָלנער פֿון זײַנע קלײדער;3אַזױ װי דער חֶרמוֹן-טױ װאָס נידערט אױף די בערג פֿון צִיוֹן; װאָרעם דאָרטן האָט ה׳ באַפֿױלן אַ ברכה, לעבן ביז אײביק.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276