תְּהִלִּים13
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2ביז װאַנען, ה׳, װעסטו מיך תּמיד פֿאַרגעסן? ביז װאַנען װעסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר?3ביז װאַנען װעל איך האַלטן עצות בײַ זיך, מיט קומער אין מײַן האַרצן דורכן טאָג? ביז װאַנען װעט מײַן פֿײַנט זיך דערהײבן אױף מיר?4קוק-צו, ענטפֿער מיר, ה׳ מײַן ג-ט, דערלײַכט מײַנע אױגן, איך זאָל נישט אײַנשלאָפֿן צום טױט;5מײַן פֿײַנט זאָל נישט זאָגן: איך בין אים בײַגעקומען; מײַנע שָׂונאים זאָלן זיך נישט פֿרײען, אַז איך װעל אומפֿאַלן.6אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דײַן חֶסֶד; מײַן האַרץ װעט זיך פֿרײען מיט דײַן הילף; 6 איך װעל זינגען צו ה׳, װאָס ער האָט מיר גוטס געטאָן.
Artists for Israel International