תְּהִלִּים127

1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן.1 אַז ה׳ בױט נישט אַ הױז, אומזיסט מיִען זיך זײַנע בױערס אױף אים; אַז ה׳ היט נישט אַ שטאָט, אומזיסט װאַכט דער שומר.2אומזיסט אײַך, איר װאָס פֿעדערט אײַך אױפֿצושטײן, װאָס זיצט-אױף שפּעט, װאָס עסט ברױט מיט מאַטערניש; אַזױ װאָס גיט ער זײַן באַליבטן אין שלאָף.
3זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער, דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.4װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גיבור, אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט.5װױל צו דעם מאַן װאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ! זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן, אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276