תְּהִלִּים118
1גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.2זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל: װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.3זאָל נון זאָגן דאָס הױז פֿון אַהרֹן: װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.4זאָלן נון זאָגן די װאָס פֿאָרכטן ה׳: װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.5פֿון ענגעניש האָב איך גערופֿן ה׳, האָט ה׳ מיר געענטפֿערט מיט דער ברײטערניש.6ה׳ איז מיט מיר, איך האָב נישט קײן מורא, װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?7ה׳ איז מיר מײַן העלפֿער, און איך װעל זען אױף מײַנע שָׂונאים.8בעסער זיך באַשיצן אין ה׳, אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.9בעסער זיך באַשיצן אין ה׳, אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן.10אַלע פֿעלקער האָבן מיך אַרומגערינגלט; מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.11זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט, יאָ אַרומגערינגלט האָבן זײ מיך; מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.12זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי בינען; זײ זײַנען פֿאַרלאָשן געװאָרן װי פֿײַער פֿון דערנער; פֿאַר װאָר, מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.13שטױסן האָסטו מיך געשטױסן צום פֿאַלן, אָבער ה׳ האָט מיך געהאָלפֿן.14מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז ה׳, און ער איז מיר געװען אַ ישועה.15אַ קֹול פֿון געזאַנג און ישועה איז אין די געצעלטן פֿון די צדיקים; די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.16די רעכטע האַנט פֿון ה׳ איז דערהױבן, די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.17איך װעל נישט שטאַרבן נאָר לעבן, און דערצײלן די מעשׂים פֿון ה׳.18שטראָפֿן געשטראָפֿט האָט מיך ה׳, אָבער צום טױט האָט ער מיך נישט געגעבן.19עפֿנט מיר די טױערן פֿון גערעכטיקײט, איך װעל אַרײַנגײן אין זײ, איך װעל דאַנקען ה׳.20דאָס איז דער טױער פֿון ה׳, די גערעכטע זאָלן אַרײַנגײן אין אים.21איך דאַנק דיר, װאָרעם האָסט מיר געענטפֿערט, און ביסט מיר געװען אַ ישועה.22דער שטײן װאָס די בױמײַנסטערס האָבן פֿאַרװאַרפֿן, איז געװאָרן צום הױפּט פֿונעם װינקל.23פֿון ה׳ איז דאָס געשען, װוּנדערלעך איז עס אין אונדזערע אױגן.24דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געמאַכט, לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים.25איך בעט דיך, ה׳, העלף אַנטקעגנקומען! איך בעט דיך, ה׳, באַגליק נון!26געבענטשט דער װאָס קומט אין נאָמען פֿון ה׳! מיר בענטשן אײַך פֿון ה׳ס הױז.27ה׳ איז אֵל, און ער האָט אונדז דערלוכטן; פֿלעכט אַ טאַנץ מיט צװײַגן ביז די הערנער פֿון מזבח.28מײַן ג-ט ביסטו, און איך װעל דיר דאַנקען; מײַן ג-ט – װעל איך דיך דערהײבן.29גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
Artists for Israel International