תְּהִלִּים110
1פֿון דָוִדן אַ מיזמור.1ה׳ זאָגט צו מײַן האַר: זיץ בײַ מײַן רעכטער האַנט, ביז איך װעל מאַכן דײַנע פֿײַנט פֿאַר אַ בענקל צו דײַנע פֿיס.2דעם צעפּטער פֿון דײַן מאַכט װעט ה׳ אױסשטרעקן פֿון צִיוֹן; געװעלטיק צװישן דײַנע פֿײַנט.3דײַן פֿאָלק באָט זיך אָן אין טאָג פֿון דײַן מלחמה; אין הײליקער שײנקײט, פֿון טראַכט פֿון באַגינען, קומט דיר דער טױ פֿון דײַן יוגנט.4ה׳ האָט געשװאָרן, און װעט נישט חרטה האָבן: ביסט אַ כּהן אױף אײביק, אױפֿן שטײגער פֿון מַלכּי-צֶדֶק.5אֲדֹנָי בײַ דײַן רעכטער האַנט צעהאַקט מלכים אין טאָג פֿון זײַן צאָרן.6ער װעט טאָן אַ משפּט צװישן די פֿעלקער; ער פֿילט אָן מיט טױטע לײַבער; ער צעהאַקט קעפּ אױף אַ ברײטן לאַנד.7פֿון באַך אױפֿן װעג װעט ער טרינקען; דערום װעט ער אױפֿהײבן דעם קאָפּ.
Artists for Israel International