תְּהִלִּים103
1פֿון דָוִדן.1 לױב, מײַן זעל, ה׳, און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען.2לױב ה׳, מײַן זעל, און זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אַלע זײַנע טובֿות;3דער װאָס פֿאַרגיט אַל די זינד דײַנע, װאָס הײלט אַלע קראַנקשאַפֿטן דײַנע;4װאָס לײזט אױס פֿון גרוב דײַן לעבן, װאָס קרײנט דיך מיט גענאָד און דערבאַרעמונג;5װאָס זעטיקט מיט גוטס דײַן עלטער, װי אַן אָדלער באַנײַט זיך די יוגנט דײַנע.6ה׳ טוט גערעכטיקײטן, און רעכט צו אַלע געדריקטע.7ער האָט געלאָזט װיסן משהן זײַנע װעגן, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנע מעשׂים.8ה׳ איז דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד.9נישט שטענדיק װעט ער קריגן, און נישט אײביק װעט ער האַלטן אַ כּעס.10נישט לױט אונדזערע חטאָים האָט ער אונדז געטאָן, און נישט לױט אונדזערע זינד האָט ער אונדז פֿאַרגאָלטן.11װאָרעם װי דער הימל איז הױך איבער דער ערד, אַזױ איז שטאַרק זײַן חֶסֶד צו די װאָס פֿאָרכטן אים.12װי מזרח איז װײַט פֿון מערבֿ, אַזױ האָט ער דערװײַטערט פֿון אונדז אונדזערע פֿאַרברעכן.13װי אַ פֿאָטער דערבאַרעמט זיך אױף זײַנע קינדער, אַזױ דערבאַרעמט זיך ה׳ אױף די װאָס פֿאָרכטן אים.14װאָרעם ער װײס אונדזער באַשאַפֿונג, ער געדענקט אַז מיר זײַנען שטױב.15דער מענטש – אַזױ װי גראָז זײַנען זײַנע טעג, װי אַ שפּראָצונג פֿון פֿעלד, אַזױ שפּראָצט ער.16װאָרעם אַ װינט גײט אַריבער אױף אים, און ער איז נישטאָ, און זײַן אָרט דערקענט אים נישט מער.17אָבער דער חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿון אײביק ביז אײביק אױף די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײַן גערעכטיקײט צו קינדס-קינדער;18צו די װאָס היטן זײַן ברית און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.19ה׳ האָט אין הימל אױפֿגעשטעלט זײַן טראָן, און זײַן מלוכה געװעלטיקט איבער אַלץ.20לױבט ה׳, זײַנע מלאָכים, איר שטאַרקע גיבוֹרים װאָס טוט זײַן װאָרט, בײַם הערן דעם קֹול פֿון זײַן װאָרט.21לױבט ה׳, אַלע זײַנע חײלות, זײַנע משרתים װאָס טוט זײַן רָצון.22לױבט ה׳, אַלע זײַנע װערק, אין אַלע ערטער פֿון זײַן געװעלטיקײט; לױב ה׳, מײַן זעל.
Artists for Israel International