תְּהִלִּים100
1אַ מיזמור פֿון דאַנקגעבונג.1 שאַלט צו ה׳, די גאַנצע ערד.2דינט ה׳ מיט שׂימחה, קומט פֿאַר אים מיט געזאַנג.3װײסט אַז ה׳, ער איז אלֹקים; ער האָט אונדז באַשאַפֿן, און זײַנע זײַנען מיר, זײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון זײַן פֿיטערונג.4קומט אין זײַנע טױערן מיט דאַנק, אין זײַנע הױפֿן מיט לױב; גיט אַ דאַנק צו אים, בענטשט זײַן נאָמען.5װאָרעם ה׳ איז גוט, אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד, און ביז דור-דורות זײַן טרײַשאַפֿט.
Artists for Israel International