מִשְׁלֵי8

1פֿאַר װאָר, די חכמה רופֿט, און פֿאַרשטאַנדיקײט לאָזט אַרױס איר קֹול.2אױפֿן שפּיץ פֿון די הױכע ערטער בײַם װעג, בײַם צונױפֿקום פֿון שטעגן, האָט זי זיך געשטעלט;3לעבן די טױערן, בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָט, בײַם אַרײַנקום אין די טירן שרײַט זי אױס:4צו אײַך, מענער, רוף איך, און מײַן קֹול איז צו די מענטשנקינדער.5איר פֿאַרנאַרטע, פֿאַרשטײט קלוגשאַפֿט, און איר נאַרן, קריגט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ!6הערט צו, װאָרעם געהױבנס װעל איך רעדן, און די עפֿענונג פֿון מײַנע ליפּן װעט זײַן די ריכטיקײט.7װאָרעם מײַן גומען װעט רעדן אמת, און שלעכטס איז די אומװערדיקײט פֿון מײַנע ליפּן.8מיט גערעכטיקײט זײַנען אַלע װערטער פֿון מײַן מױל נישטאָ אין זײ פֿאַרדרײטס און קרומס.9זײ אַלע זײַנען קלאָר פֿאַרן פֿאַרשטאַנדיקן, און רעכטפֿאַרטיק פֿאַר די װאָס געפֿינען קענשאַפֿט.10נעמט מײַן מוסר, און נישט זילבער, און קענשאַפֿט אײדער געקליבנסטע גאָלד.11װאָרעם חכמה איז בעסער פֿון פּערל, און קײן חפֿצים זײַנען נישט גלײַך צו איר.
12איך חכמה װױן מיט געשײַטקײט, און קענשאַפֿט פֿון אײַנפֿאַלן טו איך געפֿינען.13מורא פֿאַר ה׳ איז פֿײַנט האָבן שלעכטס; האָפֿערדיקײט און גאװה, און דעם װעג פֿון שלעכטס, און אַ מױל מיט פֿאַרקערטקײט האָב איך פֿײַנט.14איך האָב עצות און בריהשאַפֿט, איך בין פֿאַרשטאַנדיקײט, גבֿורה איז מײַן.15דורך מיר קיניגן מלכים, און פֿירשטן מאַכן גערעכטע געזעצן.16דורך מיר הערשן די הערשער, און די אַדללײַט – אַלע ריכטער פֿון דער ערד.17איך האָב ליב מײַנע ליבהאָבער, און מײַנע זוכער געפֿינען מיך.18עשירות און כּבֿוד זײַנען בײַ מיר, גרױס גוטס און צדקה.19מײַן פֿרוכט איז בעסער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד, און מײַן אײַנקום פֿון געקליבנסטן זילבער.20אין דעם װעג פֿון רעכטפֿאַרטיקײט גײ איך, אין די שטעגן פֿון גערעכטיקײט;21צו מאַכן אַרבן מײַנע ליבהאָבער גוטס, און זײערע שאַצקאַמערן זאָל איך אָנפֿילן.
22ה׳ האָט מיך פֿאַרמאָגט אין אָנהײב פֿון זײַן װעג, אײדער ער האָט באַשאַפֿן זײַנע מעשׂים.23פֿון אײביק אָן בין איך געפֿורעמט, פֿון אָנהײב, פֿון אײדער די ערד איז געװען.24װען די תּהומען זײַנען נאָך נישט געװען בין איך געבאָרן געװאָרן, װען נישט געװען נאָך קײן קװאַלן מיט װאַסער באַלאָדן.25אײדער די בערג זײַנען אַרײַנגעזעצט געװאָרן, פֿאַר די הײכן, בין איך געבאָרן געװאָרן;26װען ער האָט נאָך נישט געהאַט געמאַכט ערד און פֿעלדער, און די ערשטע שטױבן פֿון דער װעלט.27װען ער האָט צוגעגרײט די הימלען, בין איך געװען דערבײַ; װען ער האָט געצײכנט אַ צירקל אױפֿן געזיכט פֿון תּהום;28װען ער האָט באַפֿעסטיקט די װאָלקנס פֿון אױבן, װען ער האָט באַװעלטיקט די קװאַלן פֿון תּהום,29װען ער האָט געשטעלט דעם ים זײַן געזעץ, אַז די װאַסערן זאָלן נישט אַריבערגײן זײַן ראַנד, װען ער האָט באַשטימט די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד,30דעמאָלט בין איך געװען בײַ אים, װי אַ מײסטער בַעַל אַרבעטער, און איך בין געװען אַלע טאָג פֿאַר זײַן תּענוג, פֿרײען זיך שטענדיק פֿאַר אים,31זיך געשפּילט אױף זײַן ערדישער װעלט, און מײַן פֿרײד געהאַט בײַ די מענטשנקינדער.
32און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און װױל צו די װאָס היטן מײַנע װעגן.33הערט צו מוסר, און װערט קלוג, און איר זאָלט נישט פֿאַרװילדערט װערן.34װױל צו דעם מענטשן װאָס הערט מיר צו, צו װאַכן בײַ מײַנע טירן טאָגטעגלעך, צו היטן די בײַשטידלען פֿון מײַנע אײַנגאַנגען!35װאָרעם דער װאָס געפֿינט מיך, געפֿינט לעבן, און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.36און דער װאָס פֿאַרפֿעלט מיך, באַרױבט זיך אַלײן, אַלע װאָס האָבן מיך פֿײַנט האָבן ליב דעם טױט.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276