מִשְׁלֵי13
1אַ קלוגער זון לאָזט זיך מוסר פֿון פֿאָטער, אָבער דער שפּעטער װיל נישט הערן אַ בײזער.2פֿון דער פֿרוכט פֿון זײַן מױל עסט אַ מענטש גוטס, אָבער דער באַגער פֿון די פֿעלשער איז אומרעכט.3דער װאָס פּאַסט אױף זײַן מױל, פֿאַרהיט זײַן זעל, דער װאָס שפּאַרט אױף זײַנע ליפּן, אױף אים װעט זײַן אַ בראָך.4די זעל פֿון דעם פֿױלן גאַרט און האָט גאָרנישט, אָבער די זעל פֿון די פֿלײסיקע װעט װערן פֿעט.5דער צדיק האָט פֿײַנט אַ פֿאַלש װאָרט, און דער רשע פֿירט זיך מיאוס און שענדלעך.6רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַרהיט דעם װאָס זײַן װעג איז ערלעך, און שלעכטיקײט פֿאַרדרײט דעם זינדיקן.7פֿאַראַן דער װאָס שטעלט זיך רײַך און האָט גאָרנישט, דער װאָס שטעלט זיך אָרים בײַ אַ גרױס פֿאַרמעג.8אַן אױסלײז פֿאַר אַ מענטשנס לעבן איז זײַן עשירות, אָבער דער אָרעמאַן הערט צו מאָל נישט קײן אָנגעשרײ.9די ליכטיקײט פֿון די צדיקים איז פֿרײלעך, אָבער דאָס ליכט פֿון די רשעים לעשט זיך אױס.10דורך מוטװיליקײט מאַכט מען בלױז אָן קריג, אָבער בײַ די איבערלײגטע איז חכמה.11אַ רײַכטום פֿון דער לופֿט װערט געמינערט, אָבער דער װאָס קלײַבט ביסלעכװײַז פֿאַרמערט.12אַ פֿאַרצױגענע װאַרטעניש מאַכט קראַנק דאָס האַרץ, און אַ בױם פֿון לעבן איז אַ באַגער װאָס קומט אָן.13דער װאָס פֿאַראַכט דאָס װאָרט, אים װעט געשען בײז, אָבער דער װאָס האָט מורא פֿאַרן געבאָט, ער װעט באַלױנט װערן.14די לערנונג פֿון דעם חכם איז אַ קװאַל פֿון לעבן, זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.15אַ גוטער שׂכל גיט צו חן, אָבער דער װעג פֿון די פֿעלשער איז האַרט.16יעטװעדער קלוגער פֿירט זיך מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, אָבער דער נאַר שפּרײט אױס די טיפּשות.17אַן אומערלעכער שליח װעט אַרײַנפֿאַלן אין אַן אומגליק, און אַ טרײַער געשיקטער איז אַ הײלונג.18אָרימקײט און שאַנד האָט דער װאָס מײַדט אױס מוסר, און דער װאָס אַכט אױף שטראָף װעט קריגן כּבֿוד.19אַ געבראָכענע תּאװה איז װױל פֿאַר דער זעל, אָבער אַן אומװערדיקײט בײַ נאַרן איז זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס.20דער װאָס גײט אום מיט קלוגע, װעט קלוג װערן, און דער װאָס חבֿרט זיך מיט נאַרן, װעט פֿאַראומגליקט װערן.21די זינדיקע יאָגט נאָך דאָס בײז, און די צדיקים באַצאָלט מען גוטס.22דער גוטער לאָזט ירושה פֿאַר קינדס-קינדער, און באַהאַלטן פֿאַרן צדיק איז דער פֿאַרמעג פֿון דעם זינדיקן.23פֿיל שפּײַז ברענגט דער אַקער פֿון די אָרימע, און רײַכטום װערט אָפּגעטאָן דורך אומגערעכטיקײט.24דער װאָס קאַרגט זײַן רוט, האָט פֿײַנט זײַן זון, און דער װאָס האָט אים ליב, שטראָפֿט מוסר אים באַצײַטנס.25דער צדיק עסט ביז זײַן לײַב װערט זאַט, און דעם בױך פֿון די רשעים פֿעלט אױס.
Artists for Israel International