מִשְׁלֵי11
1פֿאַלשע װאָגשאָלן זײַנען די אומװערדיקײט פֿון ה׳, און אַ פֿול געװיכט איז זײַן רָצון.2קומט מוטװיליקײט, קומט שאַנד, אָבער בײַ די שטילע איז חכמה.3די ערלעכקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײ פֿירן, און די פֿאַרדרײטקײט פֿון די פֿעלשער װעט זײ פֿאַרװיסטן.4פֿאַרמעג נוצט נישט אין טאָג פֿון צאָרן, אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.5די גערעכטיקײט פֿון דעם ערלעכן װעט גלײַך מאַכן זײַן װעג, און דורך זײַן שלעכטיקײט װעט פֿאַלן דער שלעכטער.6די גערעכטיקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל, און אין זײערע געריקײט װערן די פֿעלשער באַצװוּנגען.7אַז אַ שלעכטער מענטש שטאַרבט, גײט אונטער זײַן האָפֿענונג, און דער אױסקוק פֿון די תַּקיפֿים גײט אונטער.8דער צדיק װערט אַרױסגעצױגן פֿון אַ צרה, און דער רשע קומט אָן אױף זײַן אָרט.9מיטן מױל װיל דער זינדיקער אומברענגען זײַן חבֿר, אָבער דורך פֿאַרשטאַנדיקײט װערן די צדיקים דערלײזט.10אַז די צדיקים איז גוט, פֿרײט זיך די שטאָט, און אַז די רשעים גײען אונטער איז אַ געזאַנג.11דורך דער ברכה פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װערט אַ שטאָט דערהױבן, און דורך דעם מױל פֿון די רשעים װערט זי צעשטערט.12מבֿזה זײַן חבֿר, איז דער װאָס אָן שׂכל, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט פֿאַרשװײַגט.13דער רכילות-טרײַבער זאָגט אױס אַ סָוד, אָבער דער װאָס האָט אַ טרײַ געמיט פֿאַרדעקט אַ זאַך.14אָן אַ פֿירונג פֿאַלט אַ פֿאָלק, און הילף איז דורך פֿיל יוֹעצים.15שלעכט שנײַדט מען אָפּ אַז מע איז עָרבֿ פֿאַר אַ פֿרעמדן, אָבער דער װאָס האָט פֿײַנט גוטזאָגעניש איז זיכער.16אַ באַחֵנטע פֿרױ קריגט כּבֿוד, און שטאַרקע קריגן עשירות.17זיך אַלײן טוט גוטס דער גענאָדיקער מענטש, און זײַן אײגן לײַב פֿאַראומגליקט דער אַכזר.18דער רשע פֿאַרדינט פֿאַלשן לױן, אָבער דער װאָס זײט גערעכטיקײט – אמתן שׂכַר.19פֿעסטע גערעכטיקײט פֿירט צום לעבן, און דער װאָס יאָגט זיך נאָך בײז, יאָגט זיך נאָך זײַן טױט.20אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ זײַנען קרומהאַרציקע, און זײַן רָצון, די װאָס זײער װעג איז ערלעך.21נאַ דיר מײַן האַנט! דעם שלעכטן װעט נישט געשאָנקען װערן, אָבער דער זאָמען פֿון די צדיקים װערט אַנטרונען.22אַ גילדערנער נאָזרינג אױפֿן נאָז פֿון אַ חזיר, איז אַ פֿרױ װאָס איז שײן נאָר אָפּגעטאָן פֿון שׂכל.23דער באַגער פֿון די צדיקים איז רַק גוט, די האָפֿענונג פֿון די רשעים איז חוצפּה.24פֿאַראַן דער װאָס צעטײלט, און עס קומט נאָך צו, און דער װאָס קאַרגט מער װי מע דאַרף, בלױז צו פֿאַרמינערונג.25אַ פֿרײַגעביקע זעל װערט פֿעט, און דער װאָס זעט אָן, װערט ער אױך געזעט.26דער װאָס האַלט צוריק תּבֿואה, אים שילט דאָס פֿאָלק, אָבער אַ ברכה אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס פֿאַרקױפֿט.27דער װאָס זוכט גוטס, זוכט גוטװיליקײט, און דער װאָס איז אױסן בײז, װעט עס אים אָנקומען.28דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן עשירות, ער װעט פֿאַלן, און װי אַ בלאַט װעלן שפּראָצן די צדיקים.29דער װאָס פֿאַראומגליקט זײַן הױז, װעט אַרבן װינט; און דער נאַר איז אַ קנעכט בײַם קלוגהאַרציקן.30די פֿרוכט פֿון דעם צדיק איז אַ בױם פֿון לעבן, און דער װאָס געװינען נפֿשות איז אַ חכם.31זע, דער צדיק קריגט באַצאָלט אױף דער ערד, הײַנט װי שױן דער רשע און דער זינדיקער!
Artists for Israel International