נְחֶמְיָה4
1און עס איז געװען, װען סַנבֿלַט, און טוֹבֿיָה, און די אַראַבער, און די עַמוֹנים, און די אַשדוֹדים, האָבן געהערט אַז די מױערן פֿון ירושָלַיִם װערן פֿאַרריכט, אַז די בראָכן האָבן אָנגעהױבן פֿאַרשטאָפּט צו װערן, האָט זײ זײער געברענט.2און זײ האָבן געמאַכט אַ בונט אַלע אין אײנעם, צו קומען מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם, און אָנמאַכן דרינען אַ מהומה.3האָבן מיר מתפּלל געװען צו אלוקינו, און מיר האָבן געשטעלט אַ װאַך אַקעגן זײ בײַ טאָג און בײַ נאַכט, פֿאַר זײ.4און יהוּדה האָט געזאָגט: דער כּוֹח פֿון די לאַסטטרעגער איז אָפּגעשװאַכט, און ערד אָפּצוראַמען איז דאָ אַ סך, און מיר קענען נישט בױען די מױער.5און אונדזערע שָׂונאים האָבן געזאָגט: זאָלן זײ נישט מערקן און נישט זען, ביז מיר װעלן קומען צװישן זײ, און װעלן זײ אױסהרגען, און אױפֿהערן די אַרבעט.6און עס איז געװען, אַז די ייִדן װאָס זײַנען געזעסן בײַ זײ, זײַנען צו אונדז געקומען, האָבן זײ אונדז צען מאָל געזאָגט װעגן אַלע פּלענער װאָס זײ האָבן געשמידט קעגן אונדז.7האָב איך אױסגעשטעלט אונטער דעם אָרט הינטער דער מױער, אין די אָפֿענע פּלעצער – איך האָב אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק לױט משפּחות, מיט זײערע שװערדן, זײערע שפּיזן, און זײערע בױגנס.8און איך האָב זיך אומגעקוקט, און בין אױפֿגעשטאַנען און האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ; דערמאָנט אײַך אָן אֲדֹנָי, דעם גרױסן און דעם פֿאָרכטיקן, און האַלט מלחמה פֿאַר אײַערע ברידער, אײַערע זין און אײַערע טעכטער, אײַערע װײַבער, און אײַערע הײַזער.9און עס איז געװען, װי אונדזערע פֿײַנט האָבן געהערט, אַז מיר האָבן זיך דערװוּסט, און אלֹקים האָט פֿאַרשטערט זײער עצה, אַזױ האָבן מיר זיך אַלע אומגעקערט צו דער מױער, איטלעכער צו זײַן אַרבעט.10און עס איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן, האָבן העלפֿט פֿון מײַנע יונגען געטאָן די אַרבעט, און העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן, די שילדן און די בױגנס, און די פּאַנצערס; און די האַרן זײַנען געװען הינטער דעם גאַנצן הױז פֿון יהוּדה11װאָס האָבן געבױט די מױער. און די לאַסטטרעגער לאָדנדיק האָבן מיט אײן האַנט זײערער געטאָן די אַרבעט, און אײנע האָט געהאַלטן דעם װאַפֿן.12און די בױער זײַנען געװען אָנגעגורט איטלעכער מיט זײַן שװערד אױף זײַנע לענדן, און אַזױ האָבן זײ געבױט; און אַ שוֹפֿר-בלאָזער איז געװען לעבן מיר.13און איך האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: די אַרבעט איז גרױס און אױסגעברײט, און מיר זײַנען אָפּגעזונדערט אױף דער מױער, װײַט אײנער פֿון אַנדערן.14איז, אין דעם אָרט װאָס איר װעט הערן דעם קֹול פֿון שופֿר, אַהין זאָלט איר זיך אײַנזאַמלען צו אונדז; אלוקינו װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אונדז.15אַזױ האָבן מיר געטאָן די אַרבעט; און אַ העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן פֿון אױפֿגאַנג פֿון פֿרימאָרגן ביז די שטערן זײַנען אַרױס.16איך האָב אױך געזאָגט אין יענער צײַט צום פֿאָלק: זאָל איטלעכער מיט זײַן יונג נעכטיקן אין ירושָלַיִם, כּדי זײ זאָלן אונדז זײַן בײַ נאַכט פֿאַר אַ װאַך, און בײַ טאָג פֿאַר אַרבעט.17און נישט איך, אָדער מײַנע ברידער און מײַנע יונגען און די װאַכלײַט װאָס הינטער מיר, קײנער האָבן מיר נישט אױסגעטאָן אונדזערע קלײדער; אַפֿילו צום װאַסער איז איטלעכער געגאַנגען מיט זײַן װאַפֿן.
Artists for Israel International