נְחֶמְיָה10

1אָבער בײַ אַלעם דעם שליסן מיר אַן אָפּמאַך, און שרײַבן זיך אונטער; און אױף דעם געחתמעטן זײַנען אונדזערע האַרן, אונדזערע לוִיִים, אונדזערע כּהנים.2און אױף די געחתמעטע זײַנען געװען: נחֶמיָה דער תּירשָתאָ, דער זון פֿון חכַליָהן, און צִדקִיָה;3שׂרָיָה, עַזַריָה, יִרמיָה;4פַּשחור, אַמַריָה, מַלכִּיָה;5חַטוש, שבֿניָה, מַלוך;6חָרִם, מרֵמוֹת, עוֹבַֿדיָה;7דָניאֵל, גִנתוֹן, ברוך;8משולָם, אַבֿיָה, מִיָמִן;9מַעַזיָה, בלגַי, שמַעיָה. דאָס זײַנען די כּהנים.10און די לוִיִים: יֵשועַ דער זון פֿון אַזַניָהן, בנױ פֿון די קינדער פֿון חֵנָדָד, קַדמיאֵל;11און זײערע ברידער: שבֿניָה, הוֹדִיָה, קליטאָ, פּלאָיָה, חָנָן;12מיכאָ, רחוֹבֿ, חַשַבֿיָה;13זַכּור, שֵרֵבֿיָה, שבֿניָה;14הוֹדִיָה, בני, בנינו.
15די הױפּטן פֿון דעם פֿאָלק: פּרעוֹש, פַּחַת-מוֹאָבֿ, עֵילָם, זַתּוא, בני;16בוני, עַזגָד, בֵבֿי;17אַדוֹנִיָה, בִגוַי, עָדין;18אָטֵר, חִזקִיָה, עַזור;19הוֹדִיָה, חָשום, בֵצָי;20חָריף, עַנָתוֹת, נֵיבֿי;21מַגפּיעָש, משולָם, חֵזיר;22משֵיזַבֿאֵל, צָדוֹק, יַדועַ;23פּלַטיָה, חָנָן, עַנָיָה;24הוֹשֵעַ, חַנַניָה, חשובֿ;25הַלוֹחֵש, פּלחאָ, שוֹבֿק;26רחום, חַשַבֿנָה, מַעֲשֵׂיָה;27און אַחִיָה, חָנָן, עָנָן;28מַלוך, חָרִם, בַעַנָה.
29און דאָס איבעריקע פֿאָלק, די כּהנים, די לוִיִים, די טױערלײַט, די זינגערס, די נתינים, און אַלע װאָס האָבן זיך אָפּגעשײדט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער צו דער תּורה פֿון האלֹקים, זײערע װײַבער, זײערע זין, און זײערע טעכטער, איטלעכער װאָס האָט געװוּסט און פֿאַרשטאַנען,30האָבן זיך געהאַלטן אָן זײערע ברידער, זײערע גרױסע לײַט, און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ קללה און אין אַ שבֿועה צו גײן אין דער תּורה פֿון האלֹקים װאָס איז געגעבן געװאָרן דורך דער האַנט פֿון משה דעם קנעכט פֿון ג-ט, און צו היטן און צו טאָן אַלע געבאָט פֿון ה׳ אונדזער האַר, און זײַנע געזעצן און זײַנע חוקים;31און אַז מיר זאָלן נישט געבן אונדזערע טעכטער צו די פֿעלקער פֿון לאַנד, און זײערע טעכטער נישט נעמען פֿאַר אונדזערע זין;32און די פֿעלקער פֿון לאַנד װאָס ברענגען סחורות און אַלערלײ תּבֿואה אין טאָג פֿון שבת צו פֿאַרקױפֿן, זאָלן מיר פֿון זײ נישט קױפֿן אום שבת אָדער אין אַ הײליקן טאָג; און אַז מיר זאָלן אָפּלאָזן דאָס פֿעלד אין זיבעטן יאָר, און איטלעכן חובֿ.
33און מיר האָבן געשטעלט אױף אונדז אַ מִצװה, אַרױפֿצולײגן אױף זיך אַ דריטל שֶקל אַ יאָר פֿאַר דעם דינסט פֿון דאָס הױז פֿון אלוקינו,34פֿאַר דעם אױסגעלײגטן ברױט, און דעם שטענדיקן שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַר דעם שטענדיק בראַנדאָפּפֿער פֿון די שבתים, פֿון ראָש-חודש, פֿאַר די יוֹם-טובֿים; און פֿאַר די געהײליקטע קָרְבֳנוֹת, און פֿאַר די זינדאָפּפֿער מכַפּר צו זײַן אױף יִשׂרָאֵל, און פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט פֿון דאָס הױז פֿון אלוקינו.35און מיר האָבן גורל געװאָרפֿן, די כּהנים, די לוִיִים, און דאָס פֿאָלק, װעגן דער גאָב פֿון האָלץ צו ברענגען אין הױז פֿון אלוקינו לױט אונדזערע פֿאָטערהײַזער אין געשטעלטע צײַטן יאָר אין יאָר, אױף צו ברענען אױף דעם מזבח פֿון ה׳ אלוקינו, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה.36און צו ברענגען די ערשטצײַטיקע פֿון אונדזער ערד, און די ערשטצײַטיקע פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון אַלערלײ בײמער, יאָר אין יאָר, אין הױז פֿון ה׳;37און די בכוֹרים פֿון אונדזערע זין, און פֿון אונדזערע בהמות, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה, און די בכוֹרים פֿון אונדזערע רינדער און אונדזערע שאָף, צו ברענגען אין הױז פֿון אלוקינו, צו די כּהנים װאָס באַדינען אין הױז פֿון אלוקינו.38און אַז דאָס ערשטע פֿון אונדזערע טײגמולטערס, און אונדזערע אָפּשײדונגען, און פֿון דער פֿרוכט פֿון אַלערלײ בײמער, פֿון װײַן און אײל, זאָלן מיר ברענגען צו די כּהנים אין די קאַמערן פֿון דעם הױז פֿון אלוקינו; און דעם מעשׂר פֿון אונדזער ערד צו די לוִיִים; װאָרעם זײ, די לוִיִים, נעמען דעם מעשׂר אין אַלע אונדזערע אַקערשטעט.39און דער כּהן, דער זון פֿון אַהרֹן, זאָל זײַן מיט די לוִיִים, װען די לוִיִים נעמען מעשׂר; און די לוִיִים זאָלן אַרױפֿברענגען דעם מעשׂר פֿון מעשׂר אין הױז פֿון אלוקינו, אין די קאַמערן פֿון דעם שאַצהױז.40װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון לֵוִי זאָלן ברענגען די אָפּשײדונג פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, אין די קאַמערן װאָס דאָרטן זײַנען די זאַכן פֿון מִקדָש, און פֿון די כּהנים װאָס באַדינען, און פֿון די טױערלײַט, און פֿון די זינגערס; און מיר זאָלן נישט פֿאַרלאָזן דאָס הױז פֿון אלוקינו.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276