נַחום2
1זע אױף די בערג די פֿיס פֿון דעם מבֿשׂר װאָס מאַכט הערן שלום! פֿײַער, יהוּדה, דײַנע פֿײַערטעג, באַצאָל דײַנע נדרים, װאָרעם מער װעט נישט דורכגײן אין דיר דער נידערטרעכטיקער, ער איז אין גאַנצן פֿאַרשניטן.2אַ צעברעכער גײט אַרױף אַקעגן דיר; היט די פֿעסטונג. קוק אױס אױפֿן װעג, פֿעסטיק די לענדן, שטאַרק זײער דײַן כּוֹח. –3װאָרעם ה׳ קערט אום דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ װי דעם שטאָלץ פֿון יִשׂרָאֵל; װאָרעם אױסלײדיקער האָבן זײ אױסגעלײדיקט, און זײערע צװײַגן פֿאַרדאָרבן.4דער שילד פֿון זײַנע גיבוֹרים איז גערױטיקט, די קריגסלײַט אין װערמילפֿאַרב, אין פֿײַערדיקן שטאָל די רײַטװעגן, אין טאָג פֿון זײער צוגרײטונג; און די ציפּרעסשפּיזן װערן געפֿאָכט.5דורך די גאַסן װילדעװען די רײַטװעגן, זײ שטורעמען דורך די מערק, זײער אָנבליק איז װי פֿלאַמען, װי די בליצן לױפֿן זײ אום.6ער טראַכט אָן זײַנע מאַכטיקע, אָבער זײ װערן געשטרױכלט אין זײער גאַנג; מע אײַלט צו דער מױער, און צוגעגרײט װערט דער שירעמדאַך.7די טױערן פֿון די טײַכן זײַנען געעפֿנט, און דער פּאַלאַץ װערט צערונען.8און די מלכּה װערט אַן אָפּגעדעקטע אַװעקגענומען, און אירע דינסטן קלאָגן אַזױ װי דער קֹול פֿון טױבן, זיך קלאַפּנדיק אױף די הערצער.9און נינוֵה איז װי אַ טײַך װאַסער פֿון זינט די טעג װאָס זי איז; אָבער זײ אַנטלױפֿן: שטײט! שטײט! אָבער קײנער קערט זיך נישט אום.10רױבט זילבער, רױבט גאָלד, נישטאָ קײן שיעור צו דעם אױסשטאַט, אַ רײַכטום פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן.11זי װערט פּוסט און װיסט און פֿאַרװיסט, און דאָס האַרץ װערט צעגאַנגען, און אַ װאַקלעניש פֿון קני, און אַ ציטערניש אין אַלע לענדן; און זײערע אַלעמענס פּנימער נעמען אָן אַ פֿינצטערניש.12װוּ איז די װױנונג פֿון די לײבן, װאָס איז געװען דער פֿיטערפּלאַץ פֿאַר יונגלײבן, װאָס דאָרטן איז אומגעגאַנגען דער לײב, די לײבינטע, דאָס קלײנע לײבל, און קײנער האָט נישט געשראָקן?13דער לײב פֿלעגט פֿאַרצוקן גענוג פֿאַר זײַנע יונגע, און װערגן פֿאַר זײַנע לײבינטעס, און האָט אָנגעפֿילט מיט פֿאַרצוקונג זײַנע לעכער, און זײַנע װױנונגען מיט פֿאַרצוקטע.14זע, איך װעל קומען אױף דיר, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, און איך װעל פֿאַרברענען אױף רױך אירע רײַטװעגן, און דײַנע יונגלײבן װעט פֿאַרצערן די שװערד; און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד דײַן רױב, און מער װעט נישט געהערט װערן דער קֹול פֿון דײַנע שלוחים.
Artists for Israel International