מִיכָה7
1װײ מיר, װאָס איך בין װי בײַם נאָכזאַמל פֿון זומער, װי בײַם נאָכקלײַב פֿון דער לעז! נישטאָ אַ הענגל צום עסן, אַן ערשטפֿרוכט װאָס מײַן זעל געלוסט.2אונטערגעגאַנגען איז דער פֿרומער פֿון לאַנד, און קײן רעכטפֿאַרטיקער צװישן מענטשן איז נישטאָ; אַלע לױערן זײ אױף בלוט, אײנער דעם אַנדערן פֿאַנגען זײ אין נעץ.3אױף שלעכטס טאָן זײַנען די הענט װאָס דאַרפֿן גוטס טאָן; דער שׂרָרה פֿאַרלאַנגט, און דער ריכטער איז פֿאַר באַצאָלט, און דער גרוסיער מאַן, ער רעדט די געריקײט פֿון זײַן זעל; אַזױ האָבן זײ עס פֿאַרדרײט.4דער בעסטער פֿון זײ איז װי אַ דאָרן, דער רעכטפֿאַרטיקער, ערגער פֿון אַ שטעכיקער צאַם. דער טאָג פֿון דײַנע זעער, דײַן רעכנשאַפֿט, איז געקומען; אַצונד װעט געשען זײער צעטומלעניש.5זאָלט איר נישט גלױבן אין אַ חבֿר, זאָלט איר אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף אַ גוטן פֿרײַנט; פֿון דער װאָס ליגט אין דײַן בוזעם, היט די טירן פֿון דײַן מױל.6װאָרעם אַ זון באַנַװלט אַ פֿאָטער, אַ טאָכטער שטעלט זיך קעגן איר מוטער, אַ שנור קעגן איר שװיגער, די שָׂונאים פֿון אַ מענטשן זײַנען זײַנע הױזלײַט.7אָבער איך קוק אױס אױף ה׳, איך האַר צום ה׳ פֿון מײַן הילף, מײַן ג-ט װעט מיך צוהערן.8נישט פֿרײען זאָלסטו זיך אױף מיר, מײַן שׂוֹנאטע, אַז איך בין געפֿאַלן, װעל איך אױפֿשטײן, אַז איך זיץ אין פֿינצטערניש, איז ה׳ מיר אַ ליכט.9דעם צאָרן פֿון ה׳ װעל איך טראָגן, װאָרעם איך האָב געזינדיקט צו אים; ביז ער װעט קריגן מײַן קריג, און װעט טאָן מײַן רעכט; ער װעט מיך אַרױספֿירן אין ליכטיקײט, איך װעל זען זײַן גערעכטיקײט.10און מײַן שׂוֹנאטע װעט זען, און אַ בושה װעט זי באַדעקן, די װאָס זאָגט צו מיר: װוּ איז ער, ה׳ דײַן ג-ט? מײַנע אױגן װעלן זיך אָנזען אױף איר; אַצונד װעט זי צעטראָטן װערן װי קױט פֿון די גאַסן.11אַ טאָג װעט זײַן צו בױען דײַנע מױערן, מעג יענער טאָג זײַן זײער װײַט.12אַ טאָג װעט דאָס זײַן װען מע װעט קומען צו דיר, פֿון אשור און די שטעט פֿון מִצרַיִם, און פֿון מִצרַיִם און ביזן טײַך, און פֿון ים ביז ים, און פֿון באַרג ביז באַרג.13און די ערד װעט זײַן װיסט פֿאַר אירע באַװױנער, פֿון װעגן דעם פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים.14פֿיטער דײַן פֿאָלק מיט דײַן רוט, די שאָף פֿון דײַן אַרב, װאָס װױנען באַזונדער אַ װאַלד אין מיטן כַּרמֶל; לאָזן זײ זיך פֿיטערן אין בָשָן און גִלעָד, װי אין די טעג פֿון אַמאָל.15װי אין די טעג פֿון דײַן אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, װעל איך אים װוּנדער באַװײַזן.16פֿעלקער װעלן זען און זיך שעמען מיט אַל זײער גבֿורה, זײ װעלן אַרױפֿטאָן די האַנט אױפֿן מױל, זײערע אױערן װעלן טױב װערן.17זײ װעלן לעקן דעם שטױב װי אַ שלאַנג, װי די װאָס קריכן אױף דער ערד; זײ װעלן ציטערן פֿון זײערע פֿעסטונגען, צו ה׳ אלוקינו װעלן זײ אַנגסטן, און זײ װעלן מורא האָבן פֿאַר דיר.18װער איז אַן אֵל װי דו, װאָס פֿאַרגיט זינד, און גײט פֿאַרבײַ דעם פֿאַרברעך פֿון דעם איבערבלײַב פֿון זײַן אַרב? ער האַלט נישט אױף אײביק זײַן צאָרן, װאָרעם ער האָט ליב גענאָד.19ער װעט אונדז װידער דערבאַרעמען, ער װעט פֿאַרדריקן אונדזערע זינד; און װעסט אַרײַנװאַרפֿן אין די טיפֿענישן פֿון ים אַלע זײערע חטאָים.20װעסט װײַזן טרײַשאַפֿט צו יעקבֿן, חֶסֶד צו אבֿרהמען, װי דו האָסט געשװאָרן אונדזערע עלטערן פֿון די טעג פֿון פֿאַרצײַטן.
Artists for Israel International