מִיכָה5
1און דו, בֵית-לֶחֶם אין אֶפֿרָת, װאָס קלײן ביסטו צװישן די טױזנטן פֿון יהוּדה, פֿון דיר װעט מיר אַרױסגײן דער װאָס װעט זײַן אַ געװעלטיקער איבער יִשׂרָאֵל, און זײַן אָפּשטאַם איז פֿון אײביק, פֿון די טעג פֿון אײביקײט.2פֿאַר װאָר, ער װעט זײ איבערגעבן צו זײערע פֿײַנט ביז דער צײַט אין איר יֹולֵדָה װען די פֿרױ געבורט; אָבער דער איבערבלײַב פֿון זײַנע ברידער װעט זיך אומקערן מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.3און ער װעט אױפֿשטײן און פֿיטערן מיט מאַכט פֿון ה׳, מיטן נאָמען פֿון מאַיעסטעט פֿון ה׳ זײַן ג-ט; און זײ װעלן זיצן רואיק, װאָרעם ער װעט דענצמאָל זײַן גרױס ביז די עקן פֿון דער ערד.4און אַזאַ װעט זײַן דער שלום: אַז אשור װעט קומען אין אונדזער לאַנד, און אַז ער װעט טרעטן אין אונדזערע פּאַלאַצן, װעלן מיר אױפֿשטעלן אױף אים זיבן פּאַסטוכער, און אַכט פֿירשטלעכע לײַט.5און זײ װעלן צעברעכן דאָס לאַנד אשור מיטן שװערד, און לאַנד נִמרוֹד מיט אירע אײגענע קלינגען. און מע װעט אונדז מציל זײַן פֿון אשור, אַז ער װעט קומען אין אונדזער לאַנד, און אַז ער װעט טרעטן אין אונדזער גבֿול.6און דער איבערבלײַב פֿון יעקבֿ װעט זײַן צװישן די פֿיל אומות, װי טױ פֿון ה׳, װי שפּרײרעגן אױף גראָז, װאָס האָפֿט נישט אױף אַ מענטשן, און װאַרט נישט אױף מענטשנקינדער.7און דער איבערבלײַב פֿון יעקבֿ װעט זײַן צװישן די פֿעלקער, אין מיטן פֿון די פֿיל אומות, װי אַ לײב צװישן די חיות פֿון װאַלד, װי אַ יונגלײב צװישן סטאַדעס שאָף, װאָס אַז ער גײט דורך צעטרעט ער און פֿאַרצוקט, און נישטאָ װער זאָל מציל זײַן.8דײַן האַנט װעט זײַן דערהױבן איבער דײַנע דריקער, און אַלע דײַנע פֿײַנט װעלן פֿאַרשניטן װערן.9און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳, װעל איך פֿאַרשנײַדן דײַנע פֿערד פֿון צװישן דיר, און איך װעל אונטערברענגען דײַנע רײַטװעגן.10און איך װעל פֿאַרשנײַדן די שטעט פֿון דײַן לאַנד, און צעשטערן אַלע דײַנע פֿעסטונגען.11און איך װעל פֿאַרשנײַדן די כּישופֿן, פֿון דײַן האַנט, און בײַ דיר װעלן נישט זײַן קײן װאָרזאָגערס.12און איך װעל פֿאַרשנײַדן דײַנע געשניצטע געצן און דײַנע זײַלשטײנער פֿון צװישן דיר, און װעסט זיך מער נישט בוקן צום װערק פֿון דײַנע הענט.13און איך װעל אױסרײַסן דײַנע געצנבײמער פֿון צװישן דיר; און איך װעל פֿאַרטיליקן דײַנע פֿײַנט.14און איך װעל נקמה נעמען מיט כּעס און מיט גרימצאָרן פֿון די פֿעלקער װאָס האָבן נישט צוגעהערט.
Artists for Israel International