מִיכָה3

1און איך האָב געזאָגט: הערט אַקאָרשט צו, איר קעפּ פֿון יעקבֿ, און האַרן פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל; ליגט נישט אױף אײַך צו װיסן גערעכטיקײט?2איר װאָס האָט פֿײַנט גוטס און האָט ליב שלעכטס, װאָס גזלט זײער הױט פֿון זײ, און זײער פֿלײש פֿון זײערע בײנער;3און װאָס האָט געגעסן דאָס פֿלײש פֿון מײַן פֿאָלק, און זײער הױט פֿון זײ אָפּגעשונדן, און זײערע בײנער צעבראָכן, און צעהאַקט אַזױ װי אין אַ טאָפּ, און װי פֿלײש אין אַ קעסל.4דערום װעלן זײ שרײַען צו ה׳, און ער װעט זײ נישט ענטפֿערן; און ער װעט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים פֿון זײ אין יענער צײַט, אַזױ װי זײ האָבן שלעכטס געטאָן אין זײערע מעשׂים.
5אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף די נבֿיאים װאָס פֿאַרפֿירן מײַן פֿאָלק, װאָס שרײַען: שלום! װען זײערע צײן האָבן צו בײַסן, און דער װאָס גיט זײ נישט אין מױל ברײטן זײ אָן אױף אים אַ מלחמה.6דערום װעט אײַך זײַן נאַכט, אָן אַ זעונג, און אײַך װעט זײַן פֿינצטער, אָן װאָרזאָגן, און אונטערגײן װעט די זון אױף די נבֿיאים, און שװאַרץ װערן װעט דער טאָג אױף זײ.7און די זעער װעלן זײַן צו שאַנד, און די װאָרזאָגער װעלן זיך שעמען, און זײ װעלן אַלע פֿאַרדעקן זײערע אױבערשטע ליפּ, װײַל קײן ענטפֿער פֿון אלֹקים װעט נישט זײַן.8אָבער פֿאַר װאָר, איך בין פֿול מיט כּוֹח דורך דעם גײַסט פֿון ה׳, און מיט גערעכטיקײט און גבֿורה, צו זאָגן יעקבֿן זײַן פֿאַרברעך, און יִשׂרָאֵלן זײַן זינד.
9הערט דאָס צו אַקאָרשט, איר קעפּ פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און האַרן פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס פֿאַראומװערדיקט גערעכטיקײט, און פֿאַרדרײט אַלץ װאָס איז גלײַך;10מע בױט צִיוֹן מיט בלוט, און ירושָלַיִם מיט אומרעכט.11אירע קעפּ משפּטן פֿאַר שוחד, און אירע כּהנים לערנען פֿאַר געצאָלט, און אירע נבֿיאים װאָרזאָגן פֿאַר געלט. און זײ לענען זיך אױף ה׳, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, ה׳ איז צװישן אונדז, אױף אונדז װעט נישט קומען קײן בײז.12דערום װעט איבער אײַך צִיוֹן װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן, און ירושָלַיִם װעט װערן הױפֿנס, און דער באַרג פֿון ה׳ס הױז – װאַלדיקע הײכן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276