אִיובֿ3

13.2 און אִיובֿ האָט זיך אָפּגערופֿן, און האָט געזאָגט:
2אונטערגײן זאָל דער טאָג װאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן, און די נאַכט װאָס האָט אָנגעזאָגט: אַ זָכָר איז אַנטפֿאַנגען געװאָרן.3יענער טאָג זאָל זײַן חושך, נישט פֿרעגן זאָל אױף אים אֱלוֹהַּ פֿון אױבן, און נישט שײַנען זאָל אױף אים אַ ליכטיקײט.4צונעמען פֿאַר זיך זאָלן אים חושך און טױטשאָטן, אַ װאָלקעניש זאָל רוען אױף אים, כמאַרעס פֿון טאָג זאָלן אים שרעקן.5יענע נאַכט, אַ שטאָקפֿינצטערניש זאָל זי נעמען, זי זאָל זיך נישט פֿרײען אין די טעג פֿון יאָר, אין דער צאָל פֿון חדשים זאָל זי נישט אַרײַנגײן.6אָט יענע נאַכט זאָל זײַן װיסט, נישט קומען אין איר זאָל אַ געזאַנג.7פֿלוכן זאָלן זי די װאָס שילטן דעם טאָג, די װאָס זײַנען גרײט דעם לִויָתן אױפֿצוּװעקן.8פֿינצטער זאָלן װערן אירע אָװנטשטערן, זי זאָל האָפֿן אױף ליכט, און נישטאָ, און נישט אָנזען די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן.9װײַל זי האָט נישט פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון מײַן מוטערלײַב, און פֿאַרבאָרגן מאַטערניש פֿון מײַנע אױגן.
10פֿאַר װאָס בין איך נישט פֿון טראַכט געשטאָרבן? אַרױס פֿון לײַב און פֿאַרגאַנגען?11אַלמַאי האָבן מיך קני צוגענומען? און נאָך װאָס בריסט, איך זאָל זײגן?12װאָרעם איך װאָלט אַצונד געלעגן און געװען שטיל, איך װאָלט געשלאָפֿן, איך װאָלט רו געהאַט דענצמאָל;13מיט מלכים און יוֹעצים פֿון דער ערד, װאָס פֿאַרבױען װיסטענישן פֿאַר זיך;14אָדער מיט שׂרָרות װאָס האָבן גאָלד, װאָס פֿילן זײערע הײַזער מיט זילבער.15אָדער איך װאָלט גאָרנישט געװען, װי אַ באַהאַלטענער מפּיל, װי קינדער װאָס האָבן דעם שײַן נישט געזען.16דאָרט הערן אױף די רשעים צו רודערן, און דאָרט רוען די מידע אָן כּוֹח.17אין אײנעם באַרוט זײַנען די געפֿאַנגענע, זײ הערן נישט דעם קֹול פֿון אַ דריקער.18קלײן און גרױס איז דאָרטן, און דער קנעכט איז פֿרײַ פֿון זײַן האַר.
19פֿאַר װאָס גיט ער ליכט דעם װאָס מאַטערט זיך, און לעבן די פֿאַרביטערטע אין געמיט?20די װאָס האַרן אױפֿן טױט, און ער קומט נישט, און זײ אַקערן נאָך אים מער װי נאָך אוֹצרות;21די װאָס װאָלטן זיך פֿרײען מיט שׂימחה, װאָס װאָלטן קװעלן, אַז זײ װאָלטן געפֿינען דעם קבֿר;22צו דעם מאַן װאָס זײַן װעג איז פֿאַרבאָרגן, און אֱלוֹהַּ האָט פֿאַרצאַמט פֿאַר אים?23װאָרעם גלײַך װי מײַן ברױט קומט מײַן זיפֿצן, און אַזױ װי װאַסער גיסן זיך מײַנע געשרײען.24װאָרעם די אַנגסט װאָס איך האָב געאַנגסט איז מיר אָנגעקומען, און װאָס איך האָב געפֿאָרכט איז מיר געשען.25איך האָב קײן שלװה און קײן רו און קײן מנוחה נישט, און ציטערניש איז געקומען.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276