אִיובֿ27
1און אִיובֿ האָט װידער אױפֿגעהױבן זײַן גערײד, און האָט געזאָגט:2אַזױ װי עס לעבט אֵל װאָס האָט צוגענומען מײַן רעכט, און דער פֿון שַדַי װאָס האָט פֿאַרביטערט מײַן זעל,3אַז אױב כּל-זמן מײַן אָטעם איז אין מיר, און דער הױך פֿון אֱלוֹהַּ אין מײַן נאָז,4אױב מײַנע ליפּן װעלן רעדן אומרעכט, און אױב מײַן צונג װעט אַרױסלאָזן באַטרוג!5חלילה מיר, אַז איך זאָל אײַך געבן גערעכט! ביז איך װעל אױסגײן װעל איך נישט לאָזן אָפּנעמען מײַן ערלעכקײט פֿון מיר.6אָן מײַן גערעכטיקײט האַלט איך זיך און װעל זי נישט אָפּלאָזן; מײַן האַרץ האָט פֿון מײַן לעבטאָג אָן מיר נישט פֿאָרצוּװאַרפֿן.7זאָל װערן פֿון מײַן פֿײַנט װי פֿון רשע, און פֿון מײַן קעגנשטײער װי פֿון דעם פֿאַרברעכער!8װאָרעם װאָס איז די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן, אַז ער האַװעט, אױב אֱלוֹהַּ נעמט אַװעק זײַן זעל?9װעט אֵל הערן זײַן געשרײ, אַז אױף אים װעט קומען אַ צרה?10צי קען ער זיך קװיקן מיטן פֿון שַדַי, רופֿן צו אֱלוֹהַּ אין יעטװעדער צײַט?11איך װעל אײַך לערנען װעגן דער האַנט פֿון אֵל, װאָס איז בײַם פֿון שַדַי װעל איך נישט פֿאַרהױלן.12אָט האָט איר אַלע געזען, און פֿאַר װאָס דען פּלױדערט איר נישטיקס?13דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן בײַ אֵל, און די אַרב װאָס די געװאַלטטוער קריגן פֿון שַדַי.14אױב זײַנע קינדער מערן זיך, איז דאָס פֿאַרן שװערד, און זײַנע שפּראָצן װעלן נישט האָבן ברױט צו זאַט.15די װאָס בלײַבן פֿון אים װעלן פֿון פּעסט באַגראָבן װערן, און זײַנע אַלמנות װעלן צו מאָל נישט באַװײנען.16אַז ער זאָל אָנזאַמלען װי שטױב זילבער, און װי לײם אָנגרײטן מלבושים,17װעט ער אָנגרײטן, און דער גערעכטער װעט אָנטאָן, און מיטן זילבער װעלן די אומשולדיקע זיך טײלן.18ער בױט װי אַ מאָיל זײַן הױז, און װי אַ בײַדל װאָס דער װעכטער מאַכט.19ער לײגט זיך אַן עושר, און שױן איז נישטאָ װאָס אױפֿצוקלײַבן, ער עפֿנט זײַנע אױגן, און עס איז נישטאָ.20װי װאַסערן יאָגן אים אָן שרעקענישן, איבער נאַכט גנבֿעט אים אַװעק אַ שטורעם.21דער מזרח-װינט הײבט אים אױף, אַז ער מוז גײן, און ער שטורעמט אים אַװעק פֿון זײַן אָרט.22און ער שלײַדערט אױף אים און דערבאַרעמט זיך נישט; לױפֿנדיק װאָלט ער אַנטלאָפֿן פֿון זײַן האַנט.23מע פּאַטשט איבער אים די הענט, און מע שמוצערט אױף אים פֿון זײַן אָרט.
Artists for Israel International