אִיובֿ12
1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:2אמת יאָ, איר זײַט די לײַט, און מיט אײַך װעט אָפּשטאַרבן די חכמה!3איך האָב אױך פֿאַרשטאַנדיקײט אַזױ װי איר, איך פֿאַל נישט אַראָפּ קעגן אײַך; און װער װײס נישט אַזעלכע זאַכן װי די דאָזיקע?4אַ געלעכטער בײַם חבֿר בין איך געװאָרן – דער װאָס האָט גערופֿן צו אֱלוֹהַּ, און ער האָט אים געענטפֿערט; אַ געלעכטער – דער גערעכטער, דער פֿרומער.5דעם אומגליקלעכן קומט פֿאַראַכטונג, װעדליק די געדאַנקען פֿון דעם גליקלעכן, אַ שטױס – די װאָס זײער פֿוס גליטשט זיך אױס.6בשלװה זײַנען די געצעלטן פֿון די רױבער, און אין זיכערקײט די װאָס דערצערענען אֵל, דער װאָס ברענגט זײַן אֱלוֹהַּ אין זײַן פֿױסט.7אָבער פֿרעג אַקאָרשט די בהמות, און זײ װעלן דיך לערנען, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און ער װעט דיר זאָגן;8אָדער רעד צו דער ערד, און זי װעט דיך לערנען, און דיר װעלן דערצײלן די פֿישן פֿון ים.9װער צװישן אַלע דאָזיקע װײס נישט, אַז די האַנט פֿון ה׳ האָט דאָס געמאַכט?10אַז אין זײַן האַנט איז די זעל פֿון יעטװעדער לעבעדיקן, און דער גײַסט פֿון יעטװעדער מענטשנס לײַב.11דאַרף נישט דאָס אױער פּרוּװן װערטער, אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט זײַן שפּײַז?12איז בײַ גרײַזן די חכמה, און אין אַריכת-ימים פֿאַרשטאַנדיקײט? –13בײַ אים איז חכמה און גבֿורה, ער האָט עצות און פֿאַרשטאַנדיקײט.14זע, ער צעשטערט, און עס װערט נישט אָפּגעבױט, ער פֿאַרשליסט אַ מענטשן, און עס װערט נישט געעפֿנט.15זע, ער פֿאַרהאַלט װאַסערן, און זײ װערן אױסגעטריקנט, און ער שיקט זײ אַרױס, און זײ קערן איבער די ערד.16בײַ אים איז מאַכט און קלוגשאַפֿט, זײַנער איז אי דער פֿאַרפֿירטער אי דער פֿאַרפֿירער.17ער מאַכט אומגײן די יוֹעצים באַנומענע, און די ריכטער באַנאַרישט ער.18די מוסר פֿון די מלכים מאַכט ער לױז, און אױף זײערע לענדן בינדט ער אַ שטריקגאַרטל.19ער מאַכט אומגײן די כּהנים באַנומענע, און די מאַכטיקע פֿאַרדרײט ער.20ער נעמט אָפּ דעם לשון בײַ די באַרעדעװדיקע, און דעם שׂכל פֿון די זקנים נעמט ער אַװעק.21ער גיסט פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און דעם אָנגורט פֿון די שטאַרקע מאַכט ער לױז.22ער אַנטפּלעקט טיפֿענישן פֿון דער פֿינצטער, און ברענגט אַרױס אין ליכט דעם שאָטן פֿון טױט.23ער דערהײכט די פֿעלקער, און ברענגט זײ אונטער, ער שפּרײט אױס די פֿעלקער, און פֿירט זײ אַװעק.24ער טוט אָפּ דעם שׂכל פֿון די הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטעניש אָן אַ װעג.25זײ טאַפּן אין חושך אָן ליכט, און ער מאַכט זײ װאַקלען װי אַ שיכּער.
Artists for Israel International