יִרְמְיָה4
1אַז דו װעסט זיך אומקערן, יִשׂרָאֵל, זאָגט ה׳, צו מיר זיך אומקערן, און אַז דו װעסט אָפּטאָן דײַנע אומװערדיקײטן פֿון מײַן פּנים, און װעסט זיך נישט װאַקלען,2און װעסט שװערן: אַזױ װי ה׳ לעבט, מיט אמת, מיט רעכט, און מיט גערעכטיקײט, װעלן זיך בענטשן מיט אים פֿעלקער, און מיט אים װעלן זײ זיך רימען.3װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט צו די מענער פֿון יהוּדה און צו ירושָלַיִם: אַקערט אײַך אַן אַקער, און איר זאָלט נישט זײען אױף דערנער.4באַשנײַדט אײַך צו ה׳, און טוט אָפּ די פֿאָרהױטן פֿון אײַער האַרץ, איר מענער פֿון יהוּדה און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, כּדי מײַן גרימצאָרן זאָל נישט אַרױסגײן װי אַ פֿײַער, און ברענען אַז קײן לעשער זאָל נישט זײַן, פֿון װעגן אײַערע שלעכטע מעשׂים.5דערצײלט אין יהוּדה, און מאַכט הערן אין ירושָלַיִם, און זאָגט:
בלאָזט אַ שופֿר אין לאַנד; רופֿט מיט אַ פֿולער קעל, און זאָגט: זאַמלט אײַך אײַן, און לאָמיר אַרײַן אין די פֿעסטונגשטעט.6הײבט אױף אַ פֿאָן קײן צִיוֹן, אַנטרינט, איר זאָלט אײַך נישט אָפּשטעלן, װאָרעם איך ברענג אַן אומגליק פֿון צפֿון, און אַ בראָך אַ גרױסן.7אַ לײב איז אױפֿגעגאַנגען פֿון זײַן געצװײַג, און אַ משחית פֿון פֿעלקער האָט געצױגן, איז אַרױס פֿון זײַן אָרט, צו מאַכן דײַן לאַנד צו װיסט, דײַנע שטעט זאָלן כָרב זײַן, אָן אַ באַװױנער.8איבער דעם גורט אָן זאַקקלײדער, טוט קלאָגן און יאָמערן; װאָרעם נישט אָפּגעקערט האָט זיך ה׳ס גרימצאָרן פֿון אונדז.9און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳, װעט פֿאַרגײן דאָס האַרץ פֿון דעם מלך, און דאָס האַרץ פֿון די האַרן; און די כּהנים װעלן באַנומען װערן, און די נבֿיאים װעלן גאַפֿן.10האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, פֿאַר װאָר, נאַרן גענאַרט האָסטו דאָס דאָזיקע פֿאָלק און ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: שלום װעט זײַן צו אײַך, און די שװערד דערגרײכט ביזן נפֿש.11אין יענער צײַט װעט באַפֿױלן װערן אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק און אױף ירושָלַיִם אַ הײסער װינט פֿון די הױכער ערטער אין מדבר, אױפֿן װעג צו דער טאָכטער מײַן פֿאָלק; נישט צו װינטשופֿלען, און נישט צו רײניקן;12אַ װינט שטאַרקער פֿון דעם װעט קומען פֿון מיר; אַצונד װעל איך אױך אַרױסזאָגן אַ משפּט אױף זײ.13זע, װי װאָלקנס גײט ער אױף, און װי דער שטורעמװינט זײַנען זײַנע רײַטװעגן; פֿלינקער פֿון אָדלערס זײַנען זײַנע פֿערד: װײ אונדז, װאָרעם מיר זײַנען פֿאַרװיסט.14װאַש אָפּ פֿון בײז דײַן האַרץ, ירושָלַיִם, כּדי זאָלסט געהאָלפֿן װערן. ביז װאַנען װעלן רוען אין דיר דײַנע מחשבֿות פֿון אומרעכט?15װאָרעם אַ קֹול זאָגט אָן פֿון דָן, און מאַכט הערן אומגליק פֿון געבערג פֿון אפֿרים:16דערצײלט די פֿעלקער: אָט איז עס! מאַכט הערן אין ירושָלַיִם: באַלעגערער קומען פֿון אַ װײַטן לאַנד, און לאָזן אַרױס אױף די שטעט פֿון יהוּדה זײער קֹול.17װי פֿעלדהיטער זײַנען זײ אױף איר פֿון רונד אַרום, װײַל זי האָט מיר װידערשפּעניקט, זאָגט ה׳.18דײַן פֿירונג און דײַנע מעשׂים האָבן דיר דאָס אָנגעמאַכט – די דאָזיקע שלעכטיקײט דײַנע – װאָס עס איז ביטער, װאָס עס רירט אָן ביז דײַן האַרצן.19מײַנע אינגעװײד, מײַנע אינגעװײד! עס טוט מיר װײ אין די װענט פֿון מײַן האַרץ, מײַן האַרץ טוט ברומען אין מיר, איך קען נישט שװײַגן! װאָרעם אַ קֹול פֿון שופֿר האָסטו געהערט, מײַן זעל, אַ שאַל פֿון מלחמה.20אַ בראָך אױף אַ בראָך גערשעט, װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס גאַנצע לאַנד, פּלוצעם זײַנען פֿאַרװיסט געװאָרן מײַנע געצעלטן, אין אַ רגע – מײַנע פֿאָרהאַנגען.21ביז װאַנען װעל איך זען די פֿאָן, װעל איך הערן דעם קֹול פֿון דעם שופֿר?22װאָרעם נאַריש איז מײַן פֿאָלק, מיך קענען זײ נישט; קינדער נאַרן זײַנען זײ, און נישט פֿאַרשטאַנדיק זײַנען זײ; זײ זײַנען חכמים אױף טאָן שלעכטס, און פֿון גוטס טאָן װײסן זײ נישט.23איך האָב געזען די ערד, ערשט זי איז װיסט און לײדיק און די הימלען – און זײער ליכט איז נישטאָ.24איך האָב געזען די בערג, ערשט זײ ציטערן, און אַלע הײכן האָבן זיך געטרײסלט.25איך האָב געזען, ערשט קײן מענטשן איז נישטאָ, און אַלע פֿױגלען פֿון הימל זײַנען אַװעק.26איך האָב געזען, ערשט דער כַּרמֶל איז אַ מדבר, און אַלע זײַנע שטעט זײַנען צעשטערט, פֿאַר דעם אָנגעזיכט פֿון ה׳, פֿאַר דעם גרים פֿון זײַן צאָרן.27װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַ װיסטעניש װעט װערן דאָס גאַנצע לאַנד, הגם קײן פֿאַרלענדונג װעל איך נישט מאַכן.28אױף דעם װעט טרױערן די ערד, און פֿינצטער װערן װעלן די הימלען פֿון אױבן, װײַל איך האָב גערעדט, איך האָב געטראַכט, און איך האָב נישט חרטה, און װעל זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.29פֿאַר דעם קֹול פֿון רײַטער און בױגן-שיסער, אַנטלױפֿט די גאַנצע שטאָט; זײ זײַנען אַרײַן אין געדיכטע װעלדער, און אױף פֿעלדזן זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען; יעטװעדער שטאָט איז פֿאַרלאָזן, און אין זײ װױנט נישט קײן מענטש.30און דו באַרױבטע, װאָס טוסטו, װאָס דו קלײדסט דיך אין רױט, װאָס דו צירסט דיך מיט צירונג פֿון גאָלד, װאָס דו רײַסט אױף דײַנע אױגן מיט פֿאַרב? אומזיסט מאַכסטו זיך שײן, דײַנע ליבהאָבער פֿאַראַכטן דיך, זײ זוכן דײַן לעבן.31װאָרעם אַ קֹול װי פֿון אַ װײערין האָב איך געהערט, אַנגסט װי פֿון אַן ערשטגעװינערין. דעם קֹול פֿון טאָכטער צִיוֹן װאָס פֿאַרקײַכט זיך, װאָס שפּרײט אירע הענט פֿונאַנדער: װײ מיר, װאָרעם מײַן זעל איז אוממאַכטיק פֿאַר די טײטער.

Artists for Israel International